Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א יוחנן בריוו 4:16 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

16 און מיר האבן דערקענט און גלויבן אין דער ליבע, וואס ה׳ האט צו אונדז. ה׳ איז ליבע; און ווער עס בלייבט אין דער ליבע, דער בלייבט אין ה׳, און ה׳ בלייבט אין אים.

Gade chapit la Kopi




א יוחנן בריוו 4:16
13 Referans Kwoze  

און ווער עס היט זיינע געבאטן, דער בלייבט אין אים, און ער אין אים. און דורך דעם דאזיקן דערקענען מיר, אז ער בלייבט אין אונדז: דורך דעם גייסט, וועלכן ער האט אונדז געשענקט.


זעט וואס פאר א ליבע דער פאטער האט אונדז געשענקט, אז מיר זאלן גערופן ווערן ה׳ס קינדער; און מיר זענען עס. דערפאר קען אונדז די וועלט נישט, ווייל זי האט אים נישט געקענט.


דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.


נאר ווי עס שטייט געשריבן: וואס אויג האט נישט געזען, און אויער האט נישט געהערט, און עס איז נישט געקומען אויף א מענטשנס הארצן, דאס האט ה׳ צוגעגרייט פאר די, וועלכע האבן אים ליב. (ישעיהו סד, ג.)


און מיר גלויבן און ווייסן, אז דו ביסט דער קדוש אלקים.


האט יהושע/ישוע געענטפערט: נישט ער האט געזינדיקט, נישט די עלטערן זיינע; נאר כדי די מעשים פון ה׳ זאלן אנטפלעקט ווערן אין אים.


געליבטע, לאמיר ליב האבן איינער דעם אנדערן; ווייל די ליבע איז פון ה׳; און יעדער איינער, וועלכער האט ליב, איז געבוירן געווארן פון ה׳ און קען ה׳.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite