Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א יוחנן בריוו 4:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 געליבטע, גלויבט נישט יעדן גייסט, נאר פרובירט אויס די גייסטער, צי זיי זענען פון ה׳; ווייל א סך פאלשע נביאים זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין.

Gade chapit la Kopi




א יוחנן בריוו 4:1
29 Referans Kwoze  

פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע;


עס זענען אבער אויך געווען פאלשע נביאים צווישן דעם פאלק, ווי עס וועלן אויך זיין צווישן אייך פאלשע מורי תורה, וועלכע וועלן בשתיקה אריינפירן פארדארבלעכע כתות, און פארלייקענען דעם האר, וואס האט זיי אפגעקויפט, און ברענגען אויף זיך א גיכע פארדארבונג.


דער גייסט אבער זאגט אויסדריקלעך, אז אין שפעטערע צייטן וועלן אייניקע אפפאלן פון דער אמונה, האלטנדיק זיך צו פארפירערישע גייסטער און טייוולאנישע לערנונגען


ווייל א סך פארפירער זענען ארויסגעגאנגען אין דער וועלט אריין, וועלכע זענען נישט מודה, אז יהושע/ישוע המשיח איז געקומען אינם פלייש. דאס איז דער פארפירער און אנטי‑משיח.


נביאים אבער זאלן רעדן צוויי אדער דריי, און די אנדערע זאלן משפטן.


קינדער, עס איז די לעצטע שעה; און ווי איר האט געהערט, אז דער אנטי‑משיח קומט, אזוי זענען איצט פאראן א סך קעגנער פונם משיח; דערפאר ווייסן מיר, אז עס איז די לעצטע שעה.


און פארוואס משפט איר נישט פון זיך אליין, וואס איז גערעכט?


און ער האט געזאגט: גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט פארפירט ווערן; ווארום א סך וועלן קומען אין מיין נאמען, און זאגן: איך בין עס און די צייט האט גענענט! איר זאלט זיי נישט נאכגיין!


שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן.


איך קען דיינע מעשים, און דיין מי און סבלנות, און אז דו קענסט נישט דערטראגן די רשעים, און האסט אויסגעפרואווט די, וועלכע רופן זיך שליחים און זענען עס נישט, און האסט זיי אויסגעפונען פאר ליגנער;


און אן אנדערן צו טאן וואונדער; און אן אנדערן, נבואה; און אן אנדערן, אונטערצושיידן גייסטער; אן אנדערן, מינים לשונות; און אן אנדערן, פארטייטשונג פון די לשונות;


איך ווייס, אז נאך מיין אוועקגיין וועלן אריינקומען צווישן אייך בייזע וועלף, וואס וועלן נישט האבן קיין רחמנות אויף דער סטאדע;


און אויב עמיצער וועט אייך דעמאלט זאגן: זע דא איז דער משיח! זע, דארטן! זאלט איר עס נישט גלויבן;


און די דאזיקע (יידן) זענען געווען איידעלער ווי די אין טעסאלאניקא, ווייל זיי האבן אנגענומען דאס ווארט מיט יעדער גרייטוויליקייט, און טאג טעגלעך געפארשט די כתבי (הקודש), צי עס איז אזוי.


פאראכט נישט נבואות (זאגן);


אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען;


געליבטע, איך שרייב אייך נישט קיין ניי געבאט, נאר אן אלט געבאט, וואס איר האט געהאט פון אנהויב אָן; דאס אלטע געבאט איז דאס ווארט, וואס איר האט געהערט.


געליבטער, טו נישט נאך דאס שלעכטע, נאר דאס גוטע. ווער עס טוט גוטס, דער איז פון ה׳; ווער עס טוט שלעכטס, דער האט נישט געזען ה׳.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite