ווייל אויב אזוי, וואלט ער באדארפן מערערע מאל ליידן זינט דעם אנהויב פון דער וועלט; איצט אבער ביים די סוף פון די צייטן איז ער דערשינען צו פארטיליקן די זינד דורך דעם קרבן פון זיך אליין.
באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער;
ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא.