Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א יוחנן בריוו 3:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 יעדער איינער, וועלכער האסט דעם ברודער זיינעם, איז א רוצח; און איר ווייסט, אז קיין מענטשנמערדער דאס אייביקע לעבן בלייבט אין אים נישט.

Gade chapit la Kopi




א יוחנן בריוו 3:15
19 Referans Kwoze  

די שרעקעוודיקע אבער און אומגלויביקע און אומווירדיקע און רוצחים און זונים און מכשפים און געצנדינער און אלע ליגנער, זייער חלק וועט זיין אין דעם טייך, וואס ברענט מיט פייער און שוועבל; דאס איז דער צווייטער טויט!


איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.


און זיי זענען געקומען צו די הויפט כהנים און צו די זקנים, און האבן געזאגט: מיט א פייערלעכער שבועה האבן מיר זיך געבונדן גארנישט טועם צו זיין, ביז מיר וועלן נישט טייטן פוילוסן.


דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט.


און ווען עס איז געווארן טאג האבן די יידן געמאכט א פארשווערונג, און זיך געבונדן מיט א פייערלעכער שבועה, און געזאגט, אז זיי וועלן נישט עסן און נישט טרינקען ביז זיי וועלן נישט הרגענען פוילוסן.


ווער אבער עס וועט טרינקען פון דעם וואסער, וואס איך וועל אים געבן, דער וועט ביז אויף אייביק מער נישט דארשטיק ווערן; נאר דאס וואסער, וואס איך וועל אים געבן, וועט ווערן אין אים א וואסער קוואל, וואס שפרודלט צום אייביקן לעבן.


און הורודיה האט אים פיינט געקריגן, און אים געוואלט טייטן, און האט נישט געקענט;


איך אבער זאג אייך, אז יעדער איינער, וואס קוקט אויף א פרוי, זי צו גלוסטן, האט שוין גענואפט מיט איר אין זיין הארצן.


ווי ווידערגעבוירענע, נישט פון א פארדארבלעכן זאמען, נאר פון אן אומפארדארבלעכן, דורך ה׳ס לעבעדיק און בלייבנדיק ווארט.


ווער עס זאגט, אז ער איז אין דעם ליכט, און האט פיינט דעם ברודער זיינעם, דער איז (נאך) אין דער פינצטערניש ביז איצט.


ווער אבער עס האסט זיין ברודער, דער איז אין דער פינצטערניש, און גייט אין דער פינצטערניש, און ווייסט נישט וואו אהין ער גייט, ווייל די פינצטערניש האט אים פארבלענדט די אויגן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite