Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א יוחנן בריוו 2:21 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

21 איך האב אייך נישט געשריבן, ווייל איר קענט נישט דעם אמת, נאר ווייל איר קענט אים, און ווייל (איר ווייסט, אז) קיין שקר איז נישט אויס דעם אמת.

Gade chapit la Kopi




א יוחנן בריוו 2:21
9 Referans Kwoze  

דערפאר וועל איך תמיד זיין גרייט אייך צו דערמאנען וועגן די דאזיקע זאכן, הגם איר קענט זיי און זענט געגרונטפעסטיקט אין דעם אמת, וועלכער איז ביי (אייך).


איך וויל אייך אבער דערמאנען, הגם איר האט זיך עס אלץ שוין אמאל דערוואוסט, אז דער האר (ג‑ט), האבנדיק אויסגעלייזט דאס פאלק אויס דעם לאנד מצרים, האט דערנאך פארטיליקט די אומגלויביקע.


איר זענט פון אייער פאטער, דעם שׂטן, און די שלעכטע גלוסטונגען פון אייער פאטער ווילט איר טאן. ער איז געווען א רוצח פון אנהויב אָן, און איז נישט געשטאנען אין דעם אמת, ווייל עס איז קיין אמת אין אים נישט פאראן. ווען ער רעדט שקר, רעדט ער פון דעם, וואס איז זיין אייגן, ווייל ער איז א ליגנער, און דער פאטער פון שקר.


פילאטוס האט דעריבער צו אים געזאגט: אויב אזוי ביסטו טאקע א מלך? האט יהושע/ישוע געענטפערט: דו זאגסט עס, אז איך בין א מלך. דערצו בין איך געבוירן געווארן און דערצו בין איך געקומען אין דער וועלט אריין, כדי איך זאל עדות זאגן אויף דעם אמת. יעדער איינער, וואס איז פון דעם אמת, הערט מיין קול.


דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס;


דורך דעם דאזיקן וועלן מיר דערקענען, אז מיר זענען פון דעם אמת, און וועלן בארואיקן אונדזער הארץ פאר אים,


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite