Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 9:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 צי בין איך דען נישט פריי? צי בין איך דען נישט קיין שליח? צי האב איך דען נישט געזען אונדזער האר יהושע/ישוע? צי זענט איר דען נישט מיין ווערק אינם האר?

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 9:1
37 Referans Kwoze  

און חנניה איז אוועק, און אריינגעגאנגען אין דעם הויז, האט ארויפגעלייגט די הענט אויף אים און געזאגט: ברודער שאול, דער האר האט מיך געשיקט, יהושע/ישוע, וואס האט זיך צו דיר באוויזן אויפן וועג, אויף וועלכן דו ביסט געפארן, כדי דו זאלסט ווידער זען און פול ווערן מיט דעם רוח הקודש.


פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.


איך האב געפלאנצט, אפאלאס האט באוואסערט; ה׳ אבער האט געמאכט וואקסן.


און אין דער פאלגענדיקער נאכט איז דער האר געשטאנען ביי אים, און געזאגט: זיי שטארק; ווארום ווי דו האסט עדות געזאגט וועגן מיר אין ירושלים, אזוי דארפסטו אויך עדות זאגן אין רוים.


און בשעת ער איז געפארן, איז געשען, אז ווען ער האט זיך דערנענטערט צו דמשק, האט פלוצלונג א ליכט פון הימל אים ארומגעשטראלט;


ווארום זייענדיק פריי פון אלעמען, האב איך מיך געמאכט פאר אלעמענס קנעכט, כדי איך זאל מער (מענטשן) געווינען.


פאר וועלכער איך בין באשטימט געווארן אלס אן מבשר, און שליח, און מורה תורה.


צו דער פרייהייט האט משיח אונדז פריי געמאכט; שטייט זשע פעסט, און לאזט זיך נישט ווידער איינשפאנען אין א יאך פון קנעכטשאפט.


און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!


פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳,


פוילוס, א שליח, נישט פון מענטשן, נישט דורך א מענטשן, נאר דורך יהושע/ישוע המשיחן, און ג‑ט דעם פאטער, וועלכער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע,


אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע,


ווארום איך מיין, אז איך בין גארנישט הינטערשטעליק די גרעסטע שליחים.


פוילוס, בארופן צו זיין א שליח פון יהושע/ישוע המשיח, דורך ה׳ס רצון, און סאסטענעס, דער ברודער,


איך זאג אבער צו אייך נישט יידן, אויף וויפל איך בין דער שליח צו די נישט יידן—איך פארהערלעך מיין עבודה—


דורך וועמען מיר האבן מקבל געווען חסד און די שליחות צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה צווישן אלע פעלקער דורך זיין נאמען,


הערנדיק אבער דערפון, האבן די שליחים, פוילוס און בר‑נבא, צעריסן זייערע קליידער און זענען ארויסגעלאפן צווישן דעם המון מענטשן, שרייענדיק און זאגנדיק:


און די מאסע פון דער שטאט האט זיך געשפאלטן, א טייל זענען געווען מיט די יידן, און א טייל מיט די שליחים.


און בשעת זיי האבן געדינט ה׳ און געפאסט, האט דער רוח הקודש געזאגט: שיידט מיר אפ בר‑נבאן און שאולן צו דער ארבעט, צו וועלכער איך האב זיי גערופן.


דער האר אבער האט צו אים געזאגט: גיי, ווייל ער איז פאר מיר א כלי חפץ, צו טראגן מיין נאמען פאר די אומות און מלכים און קינדער ישראל;


האט ער געזאגט: ווער ביסטו, האר? און ער (האט געזאגט): איך בין יהושע/ישוע, וועמען דו פארפאלגסט.


געוויסן, זאג איך אבער, נישט דיין אייגנס נאר דעם אנדערנס; ווארום פארוואס זאל מיין פרייהייט געמשפט ווערן פון אן אנדערנס געוויסן?


אויב איך געניס עפעס מיט א ברכה, הלמאי זאל ארויסגיין א שם רע אויף מיר וועגן דעם, אויף וועלכן איך מאך א ברכה?


אויב אבער עמיצער האט בדעה צו זיין א ליבהאבער פון מחלוקת, האבן מיר נישט אזא געוואוינהייט, די קהלות פון ה׳ אויך נישט.


איר קוקט אויפן פנים? אויב עמיצער איז ביי זיך זיכער, אז ער געהערט צום משיח, זאל ער זיך ווידער דאס באדענקען, אז ווי ער געהערט צום משיח, אזוי געהערן מיר אויך.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite