Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 8:9 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

9 זעט אבער אז די דאזיקע פרייהייט אייערע זאל נישט ווערן קיין מיכשול פאר די שוואכע.

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 8:9
27 Referans Kwoze  

ווארום איר, ברידער, זענט גערופן געווארן צו פרייהייט; בלויז די פרייהייט זאל נישט ווערן קיין תירוץ פאר דעם פלייש, נאר דינט דורך ליבע איינער דעם אנדערן.


אלס פרייע (מענטשן) און דאך נישט ווי איר וואלט געהאט די פרייהייט ווי א צודעק פאר שלעכטס, נאר ווי ה׳ס קנעכט.


בשעת זיי זענען זיי מבטיח פרייהייט, זענען זיי אליין קנעכט פון פארדארבונג; ווארום פון וועמען איינער ווערט בייגעקומען, צו דעם ווערט ער אויך פארשקלאפט.


זאל קיינער נישט זוכן דאס זייניקע, נאר יענעמס (טובה).


זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳;


איך בין געווארן צו די שוואכע א שוואכער, כדי איך זאל געווינען די שוואכע; איך בין געווארן אלץ צו אלעמען, כדי אויף יעדן אופן זאל איך ראטעווען אייניקע.


און זינדיקנדיק אזוי קעגן די ברידער, און פארוואונדנדיק זייער שוואך געוויסן, זינדיקט איר קעגן דעם משיח.


ווארום אויב עמיצער זעט דיך, וועלכער האסט דערקענטעניש, זיצן (ביים טיש) אין דעם געצנטעמפל, צי וועט דען נישט דאס געוויסן פון דעם, וואס איז שוואך, זיך דערמוטיקן צו עסן פון די קרבנות צו די אפג‑טער?


נאר איך האב אייניקע זאכן קעגן דיר: אז דו האסט דארטן די, וואס האלטן פעסט די לערנונג פון בלעם, וועלכער האט געלערנט בלקן צו ווארפן א מיכשול פאר די בני ישראל, צו עסן פון קרבנות צו אפג‑טער און מזנה צו זיין.


צו אונדזער חרפה זאג איך עס, גלייך ווי מיר וואלטן שוואך געווארן. נאר מיט וועלכן עמיצער איז שטאלץ, איך רעד נארישקייט, (דערמיט) וועל איך אויך זיין שטאלץ.


געוויסן, זאג איך אבער, נישט דיין אייגנס נאר דעם אנדערנס; ווארום פארוואס זאל מיין פרייהייט געמשפט ווערן פון אן אנדערנס געוויסן?


מיר, די שטארקע, האבן א חוב, סובל צו זיין די שוואכקייטן פון די שוואכע, און נישט זיך אליין צו באפרידיקן.


גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.


אויב אבער עמיצער וועט צו אייך זאגן: דאס דאזיקע איז א געצנקרבן—זאלט איר עס נישט עסן צוליב יענעם, וועלכער האט עס אייך דערמאנט, און צוליב דעם געוויסן:


נישט געבנדיק קיינעם קיין מיכשול אין עפעס, כדי אונדזער עבודה זאל נישט ווערן צו שאנד;


ווער איז שלאף, און איך בין נישט שלאף? ווער ווערט פארפירט צום שטרויכלען? און איך צינד מיך נישט אָן?


גיט אכטונג, אז עס זאל אייך קיינער נישט נעמען געפאנגען דורך דער פילאזאפיע און פוסטן באטרוג, לויט דער קבלה פון מענטשן, לויט די יסודותדיקע כללים פון דער וועלט, און נישט לויט משיחן;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite