Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 8:12 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

12 און זינדיקנדיק אזוי קעגן די ברידער, און פארוואונדנדיק זייער שוואך געוויסן, זינדיקט איר קעגן דעם משיח.

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 8:12
18 Referans Kwoze  

ווער אבער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינס פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן אין מיר, איז בעסער פאר אים וואלט עס געווען, אז א גרויסער מילשטיין וואלט אנגעהאנגען געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט דערטרונקען געווארן אין דער טיפעניש פון ים.


דעמאלט וועט ער זיי ענטפערן, אזוי צו זאגן: אויף וויפל איר האט עס נישט געטאן צו איינעם פון די דאזיקע קלענסטע, האט איר עס אויך נישט געטאן צו מיר!


ווארום ווי דער גוף איז איינער, און האט א סך אברים, און די אלע אברים פונם קערפער, (הגם) זיי זענען א סך, זענען איין גוף; אזוי אויך איז דער משיח.


און דער קעניג וועט ענטפערנדיק זאגן צו זיי: באמת זאג איך אייך, אויף וויפל איר האט עס געטאן צו איינעם פון די דאזיקע מיינע ברידער, די קלענסטע, האט איר עס געטאן צו מיר!


דעמאלט איז פעטרוס צוגעגאנגען צו אים, און געזאגט; האר, וויפל מאל, ווען מיין ברודער זינדיקט קעגן מיר, דארף איך אים מוחל זיין? צי ביז צום זיבעטן מאל?


גיט אכטונג, אז איר זאלט נישט מבזה זיין קיין איינס פון די דאזיקע קליינע! מחמת איך זאג אייך, אז זייערע מלאכים אין הימל זען תמיד דאס פנים פון מיין פאטער, וואס איז אין הימל.


און ווער עס וועט פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע, וואס גלויבן וואלט עס געווען פיל בעסער פאר אים אויב א גרויסער מילשטיין וואלט געלייגט געווארן אויף זיין האלדז, און ער וואלט געווארפן געווארן אין ים אריין.


עס וואלט געווען בעסער פאר אים, אויב א מילשטיין וואלט געלייגט געווארן ארום זיין האלדז, און ער וואלט אריינגעווארפן געווארן אין ים אריין, ווי אז ער זאל פארפירן צום שטרויכלען איינעם פון די דאזיקע קליינע.


צעשטערט נישט ה׳ס זאך צוליב א מאכל. אלץ איז טהור; נאר עס איז שלעכט פאר דעם מענטשן, וואס ווען ער עסט עס, ווערט ער א מיכשול (פאר אן אנדערן).


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite