Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 8:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 ווארום אויב עמיצער זעט דיך, וועלכער האסט דערקענטעניש, זיצן (ביים טיש) אין דעם געצנטעמפל, צי וועט דען נישט דאס געוויסן פון דעם, וואס איז שוואך, זיך דערמוטיקן צו עסן פון די קרבנות צו די אפג‑טער?

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 8:10
13 Referans Kwoze  

דעריבער, וועגן דעם עסן פון קרבנות צו אפג‑טער, ווייסן מיר, אז אן אפג‑ט איז גארנישט אין דער וועלט, און אז עס איז נישטא קיין ג‑ט אחוץ דעם איינעם.


דער אבער, וואס איז מסופק, ווען ער עסט, איז פארמשפט ווייל ער טוט עס נישט פון אמונה; און אלץ, וואס איז נישט פון אמונה איז א חטא.


די (דאזיקע) דערקענטעניש איז אבער נישט אין אלעמען; נאר אייניקע, אין דער געוואוינהייט ביז איצט צום אפג‑ט, עסן עס ווי א קרבן צו אפג-טער; און ווייל זייער געוויסן איז שוואך, ווערט עס באפלעקט.


איך ווייס, און בין בטוח אינם האר יהושע/ישוע, אז וועזנטלעך איז קיין זאך נישט טמא; אחוץ פאר אים, וואס באטראכט עפעס ווי טמא, פאר אים איז עס טמא.


זייט נישט קיין מיכשול פאר יידן, נישט פאר גריכן און נישט פאר דער קהלה פון ה׳;


נאר צו שרייבן צו זיי, זיך אפצוהאלטן פון טומאה פון די אפג-טער, און פון זנות, און פון (דעם פלייש פון א בהמה) וואס איז דערווארגן געווארן, און פון בלוט.


זעט אבער אז די דאזיקע פרייהייט אייערע זאל נישט ווערן קיין מיכשול פאר די שוואכע.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite