9 נאר אויב זיי קענען זיך נישט איינהאלטן, זאלן זיי חתונה האבן; ווארום עס איז בעסער חתונה צו האבן ווי צו ברענען (פון תאווה).
איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן;
נאר צוליב זנות זאל יעדער (מאן) האבן זיין אייגן ווייב, און יעדע פרוי איר אייגענעם מאן.
די יונגערע אלמנות אבער זאלסטו נישט אננעמען; ווארום ווען זיי לעבן אין פארגעניגנס קעגן דעם משיח, ווילן זיי חתונה האבן;
און ווען דו זאלסט אפילו חתונה האבן, האסטו (אויך) נישט געזינדיקט; און ווען די בתולה האט חתונה, האט זי (אויך) נישט געזינדיקט. אזעלכע וועלן אבער האבן צרות אינם לייב; און איך וויל עס אייך איינשפארן.
א פרוי איז געבונדן כל זמן דער מאן אירער לעבט; און ווען איר מאן שטארבט, איז זי פריי חתונה צו האבן מיט וועמען זי וויל; נאר אינם האר.
אויב אבער עמיצער מיינט, אז ער טוט אָן זיין בתולה א חרפה, אויב זי זאל פארבייגיין אירע רייפע יארן, און עס איז אזוי ארום א חוב, זאל ער טאן, וואס ער וויל; ער באגייט נישט קיין זינד; זיי מעגן חתונה האבן.
דעריבער, אזוי ווי מען קען די דאזיקע זאכן נישט סותר זיין, האט איר זיך געזאלט פארהאלטן רואיק, און גארנישט טאן אין איילעניש.
אז יעדער איינער פון אייך זאל וויסן ווי צו האלטן זיין אייגענע כלי אין קדושה און מיט כבוד,