12 צו די איבריקע אבער זאג איך, נישט דער האר, אויב א ברודער האט אן אומגלויביק ווייב, און זי איז מסכים צו וואוינען מיט אים, זאל ער זי נישט פארלאזן.
וואס איך רעד, רעד איך נישט לויט דעם האר, נאר ווי אין נארישקייט, אין דער דאזיקער כוונה פון בארימונג.
און דאס דאזיקע זאג איך בדרך רשות, נישט ווי א געבאט.
און וואס שייך בתולות, האב איך נישט קיין געבאט פון דעם האר; איך גיב נאר מיין מיינונג, ווי אזעלכער, וואס האט דערלאנגט רחמים דורך דעם האר, צו זיין געטריי.
נאר אויב זי האט זיך געשיידט, זאל זי בלייבן נישט פארהייראט, אדער זיך איבערבעטן מיטן מאן; און א מאן זאל נישט פארלאזן זיין ווייב.
און אויב א פרוי האט אן אומגלויביקן מאן, און ער שטימט איין מיט איר צו וואוינען, זאל זי נישט פארלאזן דעם מאן.
ביסטו געבונדן צו א פרוי? זוך נישט פריי צו ווערן. ביסטו פריי געווארן פון א פרוי? זוך נישט קיין ווייב.