Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 6:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 צו אייער חרפה זאג איך עס. אזוי, עס געפינט זיך טאקע נישט קיין איין חכם צווישן אייך, וועלכער וואלט געקענט אויסגלייכן צווישן ברודער און ברודער?

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 6:5
12 Referans Kwoze  

ווערט ניכטערן ווי עס געהער צו זיין, און זינדיקט נישט; ווארום אייניקע (צווישן אייך) קענען נישט ה׳; צו אייער חרפה זאג איך עס.


נישט אייך צו פארשעמען שרייב איך דאס, נאר, ווי געליבטע קינדער מיינע, אייך צו זאגן מוסר.


אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן.


צי לערנט דען אייך נישט די נאטור אליין, אז אויב א מאן האט לאנגע האר, איז עס אן אומכבוד פאר אים?


מיר (זענען) די נאראנים צוליב משיחן, איר אבער (זענט) חכמים אינם משיח; מיר—שוואכע, איר אבער—גיבורים; איר האט כבוד, מיר אבער (ווערן) מבזה.


זאל זיך קיינער נישט באטריגן. אויב עמיצער צווישן אייך מיינט, אז ער איז א חכם אין דער וועלט, זאל ער ווערן צו נאר, כדי ער זאל ווערן קלוג.


און אין די דאזיקע טעג איז פעטרוס אויפגעשטאנען אין דער מיט פון די ברידער און האט געזאגט—אן עולם אן ערך הונדערט און צוואנציק זענען דערביי געווען פארזאמלט—


האט חנניה געענטפערט: האר, איך האב געהערט פון פילע וועגן דעם דאזיקן מאן, וויפל שלעכטס ער האט געטאן צו דיינע קדושים אין ירושלים;


ווי וואגט עס דער פון אייך, וואס האט עפעס קעגן אן אנדערן, זיך צו לאדענען פאר די רשעים, און נישט פאר די קדושים?


און איר, אויב איר האט עפעס (צו אנטשיידן) וואס שייך דיני ממונות, זעצט איר די נישט אנגעזענע אין דער קהלה פאר שופטים?


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite