Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 5:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

5 איבערצוגעבן אזא מענטשן צום שׂטן צו דער פארדארבונג פונם פלייש, כדי דער גייסט זאל ניצול ווערן אינם טאג פון דעם האר.

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 5:5
23 Referans Kwoze  

צווישן וועלכע איז הימענעוס און אלעקסאנדער, וועלכע איך האב איבערגעגעבן צום שׂטן, כדי זיי זאלן לערנען נישט צו לעסטערן.


צוליב דעם שרייב איך דאס פונדערווייטנס, כדי ווען איך וועל זיין ביי אייך, זאל איך מיך נישט מוזן אומגיין שטרענג, לויט דער מאכט, וואס דער האר האט מיר געגעבן צום אויפבויען און נישט צום צעשטערן.


און שטייען גרייט זיך אפצורעכענען מיט יעדער ווידערשפעניקייט, ערשט ווען אייער געהארכזאמקייט וועט ווערן פולשטענדיק.


ווערן מיר אבער געמשפט פון דעם האר, ווערן מיר געציכטיקט, כדי מיר זאלן נישט פארמשפט ווערן צוזאמען מיט דער וועלט.


די אבער אינדרויסן וועט ה׳ משפטן. רוימט אויס דעם שלעכטן מענטשן פון צווישן אייך.


וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן ביז צו סוף, (כדי איר זאלט זיין) אומשולדיק אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


אויפצועפענען זייערע אויגן, אז זיי זאלן זיך אומקערן פון דער פינצטערניש צום ליכט, און פון דער מאכט פונם שׂטן צו ה׳, כדי זיי זאלן באקומען פארגעבונג פון זינד, און א ירושה צווישן די, וועלכע זענען געהייליקט געווארן דורך (דרך ה׳) אמונה אין מיר.


ווען עמיצער זעט זיין ברודער זינדיקן א חטא, וואס איז נישט צום טויט, זאל ער בעטן (פאר זיינעטוועגן), און ער (ה׳) וועט אים געבן לעבן, פאר די, וועלכע זינדיקן נישט צום טויט. עס איז פאראן א זינד צום טויט; נישט פאר יענער זאג איך, אז ער זאל בעטן!


דערווארטנדיק און צואיילנדיק דאס קומען פון ה׳ס טאג, דורך וועלכן די הימלען וועלן פארברענט ווערן און צעגיין, און די יסודות וועלן צעשמאלצן ווערן פון היץ!


זאל אים דער האר (יהושע/ישוע) געבן, אז ער זאל געפינען רחמים ביים האר (ג‑ט) אין יענעם טאג—און וויפל ער האט מיר געדינט אין עפעזוס, ווייסטו גאנץ גוט.


זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע;


דעמאלט זאגט יהושע/ישוע צו אים: אוועק, דו שׂטן! מחמת עס שטייט געשריבן: צום האר, דיין ג‑ט, זאלסטו זיך בוקן און נאר אים אליין זאלסטו דינען!


שמעון, שמעון, זע, דער שׂטן האט זיך אויסגעבעטן, אייך צו זיפען ווי ווייץ;


און צוליב דער אויסערגעוויינלעכער גרויסקייט פון די אנטפלעקונגען—כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן, איז מיר געגעבן געווארן א דארן אין דעם לייב, א שליח פונם שׂטן, אז ער זאל מיך שלאגן מיט דער פויסט, כדי איך זאל מיך נישט צופיל דערהייבן.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite