Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 5:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 ווארום איך, הגם ווייט פון אייך וואס שייך דעם גוף, אבער מיט אייך אינם גייסט, האב שוין געמשפט, גלייך ווי איך וואלט געווען אנוועזנד, דעם, וועלכער האט דאס דאזיקע אזוי געטאן,

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 5:3
6 Referans Kwoze  

ווארום הגם איך בין ווייט (פון אייך) אינם פלייש, דאך אינם גייסט בין איך צוזאמען מיט אייך, פרייענדיק זיך און זעענדיק אייער ארדנונג און די פעסטקייט פון אייער אמונה אין דעם משיח.


מיר אבער, ברידער, נאך דעם ווי מיר זענען פון אייך פאריתומט געווארן לפי שעה, פונם פנים, נישט אין הארצן, האבן מיר זיך פיל מער באמיט צו זען אייער פנים מיט גרויס פארלאנג;


איך האב פארויסגעזאגט, און זאג פארויס, ווי בשעת איך בין געווען ביי אייך דאס צווייטע מאל, און איצט פונדערווייטנס, צו די, וואס האבן פריער געזינדיקט און צו די אלע איבריקע, אז ווען איך וועל ווידער קומען, וועל איך נישט שוינען;


זאל אזעלכער דאס בארעכענען, אז וואס מיר זענען פונדערווייטנס דורך דעם ווארט פון בריוו, דאס זענען מיר אויך בפועל (ממש) ווען אנוועזנד.


און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:


ווארום וואס האט עס צו טאן מיט מיר צו משפטן די, וואס זענען אויסערהאלב (פון דער קהלה)? איר משפט דאך אפילו נישט די, וועלכע זענען אינעווייניק!


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite