Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 4:6 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

6 און דאס, ברידער, האב איך אנגעווענדט אויף מיר אליין און אויף אפאלאסן פון אייערטוועגן; כדי איר זאלט אין אונדז לערנען (וואס עס באטייט): נישט אויסער פון דעם, וואס עס שטייט געשריבן! כדי קיינער זאל זיך נישט אויפבלאזן פאר דעם איינעם קעגן דעם אנדערן.

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 4:6
35 Referans Kwoze  

ווארום אויב דער, וועלכער קומט, דרשנט אן אנדערן יהושע/ישוע, וואס מיר האבן נישט געדרשנט, אדער איר זענט מקבל אן אנדערן גייסט, וועלכן איר האט נישט מקבל געווען, אדער אן אנדערע גוטע בשורה וואס איר האט נישט אנגענומען, דערטראגט איר (אים) וואויל.


שוין לאנג האלט איר זיך ביי דער מיינונג, אז מיר פארטיידיקן זיך פאר אייך. פאר ה׳ רעדן מיר אינם משיח. אלץ אבער, געליבטע מיינע, איז פאר אייער אויפבויאונג.


ווארום ווען איך זאל מיך וועלן בארימען, וועל איך נישט זיין קיין נאר; ווייל איך וועל זאגן דעם אמת; איך פארמייד עס אבער, כדי עס זאל מיך קיינער נישט האלטן פאר מער ווי ער זעט מיך, אדער הערט פון מיר.


זאל אייך קיינער נישט בארויבן אייער שכר דורך א שיפלות פון זיך אליין און א דינען צו מלאכים, באשטייט זיך מיט דעם, וואס ער האט געזען, און איז גאווהדיק אויפגעבלאזן מיט זיין גשמיותדיקן שכל,


ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך.


ווארום איך רעד צו יעדן צווישן אייך, דורך דעם חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן, נישט צו דענקען פון זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נאר צו דענקען באשיידן, יעדער איינער לויט דער מאס אמונה, וואס איז אים צוגעטיילט געווארן פון ה׳.


איר קוקט אויפן פנים? אויב עמיצער איז ביי זיך זיכער, אז ער געהערט צום משיח, זאל ער זיך ווידער דאס באדענקען, אז ווי ער געהערט צום משיח, אזוי געהערן מיר אויך.


ווארום אלץ איז פאר אייערטוועגן, כדי דער חסד, וואס ווערט פארגרעסערט דורך א סך, זאל פארמערן דעם שבח צום כבוד פון ה׳.


און וואס שייך קרבנות צו אפג‑טער: ווייסן מיר, אז מיר אלע האבן דערקענטעניש (ציטירן ניטציטירן). די דערקענטעניש בלאזט אויף, די ליבע אבער בויט אויף.


אייער בארימען זיך איז נישט גוט. צי ווייסט איר דען נישט, אז א קליין ביסל חמץ מאכט זויער דאס גאנצע טייג?


ווארום די חכמה פון דער דאזיקער וועלט איז טפשות ביי ה׳; ווייל עס שטייט געשריבן: ער פאנגט די חכמים אין זייער כיטרעקייט; (איוב ה, יג.)


דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד.


נישט בארימענדיק זיך אָן א מאס אין דער ארבעט פון אנדערע, אבער האבנדיק די האפענונג, בשעת אייער אמונה וואקסט, אז מיר וועלן פארגרעסערט ווערן אין אייך לויט אונדזער מאסשטאב צו א שפע,


ווארום מיר וואגן נישט זיך צו פאררעכענען אדער פארגלייכן מיט אייניקע, וואס לויבן זיך אליין; נאר מעסטנדיק זיך מיט זיך אליין און פארגלייכנדיק זיך מיט זיך אליין, זענען זיי אומפארשטאנדיקע.


די ליבע איז סבלנותדיק, גנעדיק; די ליבע איז נישט מקנא; די ליבע בארימט זיך נישט, בלאזט זיך נישט אָן;


און אלץ טו איך צוליב דער גוטער בשורה, כדי איך זאל האבן א חלק אין איר.


און איר זענט אויפגעבלאזן? האט איר נישט ליבער געדארפט טרויערן, כדי דער, וועלכער טוט אזא מעשה, זאל אוועקגענומען ווערן פון אייער מיט?


זאל זיך דערפאר קיינער נישט בארימען מיט מענטשן. ווארום אלץ איז אייערס,


כדי, ווי עס שטייט געשריבן: ווער עס בארימט זיך, דער זאל זיך בארימען אינם האר (ג‑ט). (ירמיהו ט, כג.)


ווארום עס שטייט געשריבן: איך וועל צונישט מאכן די חכמה פון די חכמים, און וועל פארווארפן דעם פארשטאנד פון די פארשטאנדיקע. (ישעיהו כט, יד.)


און איך זאג דאס, ווייל יעדער איינער פון אייך זאגט: איך בין פון פוילוסן (ד.ה. פוילוס איז מיין רבי אא״וו.); און איך פון אפאלאסן; און איך פון כיפא; און איך פון דעם משיח.


און א געוויסער ייד, מיטן נאמען אפאלאס, געבוירן אין אלעקסאנדריען, א געלערנטער מאן, מעכטיק אין די כתבי (הקודש), איז געקומען קיין עפעזוס.


און עס איז געשען, בשעת אפאלאס איז געווען אין קארינט, איז פוילוס, נאכן דורכגיין די אינלענדישע טיילן פון (קליין) אזיען, געקומען קיין עפעזוס; און ווען ער האט (דארט) געפונען אייניקע תלמידים,


ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען;


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite