א קארינטער בריוו 15:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
3 ווארום קודם כל האב איך אייך איבערגעגעבן, וואס אויך איך האב מקבל געווען, אז משיח איז געשטארבן פאר אונדזערע זינד לויט די כתבי (הקודש); (ישעיהו נג, ה-יב.)
ווארום איך האב עס בקבלה פון דעם האר, וואס איך האב אייך אויך איבערגעגעבן, אז דער האר יהושע/ישוע האט אין דער נאכט, אין וועלכער ער איז איבערגעגעבן געווארן, גענומען ברויט;
חוקר זייענדיק אויף וועלכער אדער וואס פאר א צייט משיחס גייסט אין זיי האט אנגעוויזן, בשעת ער האט פארויס עדות געזאגט פון די ליידן (וואס האבן געזאלט קומען) אויף משיחן און די הערלעכקייטן נאך דעם.
ווארום יעדער כהן גדול, וואס איז גענומען פון מענטשן, איז באשטימט פאר מענטשן אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, כדי מקריב צו זיין מנחות און זבחים פאר זינד;