9 אן אנדערן אמונה אין דעם זעלביקן גייסט; און אן אנדערן מתנות פון רפואות, דורך דעם איינעם גייסט;
און האבנדיק דעם זעלביקן גייסט פון אמונה, לויט וועלכן עס שטייט געשריבן; איך האב געגלויבט, דערפאר האב איך גערעדט (תהלים קטז, י.); גלויבן מיר אויך, און דעריבער רעדן מיר;
ווארום מיט חסד זענט איר געראטעוועט געווארן דורך אמונה, און דאס נישט פון אייך אליין, עס איז א מתנה פון ה׳;
און ווען איך האב נבואה און קען אלע סודות און יעדע דערקענטעניש; און האב אפילו די גאנצע אמונה, אזש צו קענען איבערשטעלן בערג, האב אבער נישט קיין ליבע, בין איך גארנישט.
וועלכע האבן דורך אמונה איינגענומען קעניגרייכן, געטאן גערעכטיקייט, דערגרייכט הבטחות, פארשטאפט די מיילער פון לייבן,
צי האבן דען אלע די מתנות פון רפואות? צי רעדן דען אלע מיט לשונות? צי פארטייטשן דען אלע?
און ה׳ האט אייניקע באשטימט אין דער קהלה, ערשטנס שליחים, צווייטנס נביאים, דריטנס מלמדים, דערנאך וואונדער, דערנאך מתנות פון רפואה, הילף, פארוואלטונג, מינים לשונות.
מיט די הענט וועלן זיי אויפהויבן שלאנגען, און אויב זיי וועלן טרינקען סם, וועט עס זיי בשום אופן נישט שאטן; אויף קראנקע וועלן זיי ארויפלייגן די הענט, און זיי וועלן גענעזן ווערן.
אזוי, אז מען פלעגט ארויסטראגן קראנקע אויף די גאסן, און זיי געלייגט אויף בעטן און געלעגערס, כדי ווען פעטרוס וועט קומען, זאל ווייניקסטנס זיין שאטן פאלן אויף עמיצן פון זיי.
און איר זאלט היילן די קראנקע אין דער זעלביקער (שטאט), און זאגט צו זיי: דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט צו אייך!
און האט זיי געשיקט אויסצורופן דאס קעניגרייך פון ה׳ און געזונט צו מאכן די שלאפע.
און האבן ארויסגעטריבן א סך בייזע גייסטער, און געזאלבט א סך שלאפע מיט אייל, און זיי געהיילט.
יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך: ווען איר זאלט האבן אמונה, און נישט צווייפלען, וועט איר טאן נישט נאר דאס מיט דעם פייגנבוים, נאר אפילו אויב איר וועט זאגן צו דעם דאזיקן בארג: הייב דיך אויף און ווארף דיך אין ים אריין, וועט עס געשען.
היילט די קראנקע, וועקט אויף די טויטע, רייניקט די קרעציקע, טרייבט ארויס די בייזע גייסטער! אומזיסט האט איר באקומען, אומזיסט זאלט איר געבן!
ווי ה׳ האט געזאלבט יהושען/ישוען פון נצרת מיט דעם רוח הקודש און מיט גבורה; וועלכער איז ארומגעגאנגען, טוענדיק גוטס און היילנדיק אלע, וואס זענען געווען אונטער דער מאכט פונם שׂטן, ווייל ה׳ איז געווען מיט אים.