1 זייט מיינע נאכפאלגער, אזוי, ווי אויך איך בין פונם משיח.
ברידער, זייט מיינע מיטנאכפאלגער; און פארקוקט זיך אויף די, וואס לעבן אזוי, ווי איר האט אונדז פאר א ביישפיל.
און איר זענט געווארן אונדזערע נאכפאלגער און פון דעם האר, מקבל געווען דאס ווארט אין פיל צרות, מיט שמחה פון דעם רוח הקודש;
דעריבער בעט איך אייך, זייט מיינע נאכפאלגער.
כדי איר זאלט נישט ווערן שטומפיק, נאר זיין נאכפאלגער פון די, וואס דורך אמונה און סבלנות זענען געווארן יורשים פון די הבטחות.
נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן.
אזוי ווי אויך איך (באמי זיך) צו געפעלן אלעמען אין אלעם, נישט זוכנדיק מיין אייגענעם נוצן, נאר דעם (נוצן) פון א סך (אנדערע), כדי זיי זאלן געראטעוועט ווערן.