Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 10:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 דאס אלץ איז צו יענע געשען פאר א פארבילד, און עס איז געשריבן געווארן ווי א מוסר פאר אונדזערטוועגן, צו וועמען די וועלט צייטן האבן דערגרייכט זייער ציל.

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 10:11
17 Referans Kwoze  

ווארום אלץ, וואס איז פון פריער געשריבן, איז געשריבן געווארן פאר אונדזער באלערנונג, כדי דורך סבלנות און דער טרייסט פון די כתבי (הקודש) זאלן מיר האבן די האפענונג.


און דאס דאזיקע זאלט איר טאן, קענענדיק די צייט, אז די שעה איז שוין אנגעקומען, אויפצושטיין פון שלאף; ווארום איצט איז אונדזער ישועה נענטער, ווי ווען מיר האבן אנגעהויבן צו גלויבן.


קינדער, עס איז די לעצטע שעה; און ווי איר האט געהערט, אז דער אנטי‑משיח קומט, אזוי זענען איצט פאראן א סך קעגנער פונם משיח; דערפאר ווייסן מיר, אז עס איז די לעצטע שעה.


אדער זאגט ער עס פאר אונדזערטוועגן בכלל? יא, פאר אונדזערטוועגן איז עס געשריבן געווארן; ווייל דער אקערער דארף אקערן מיט האפענונג, און דער דרעשער מיט האפענונג צו האבן א חלק.


זאל אייער באשיידנקייט באקאנט ווערן צו אלע מענטשן. דער האר איז נאענט.


נישט נאר פאר אים אליין איז עס געשריבן געווארן; עס איז אים פאררעכנט געווארן,


נישט צו פארנאכלעסיקן אונדזער פארזאמלען זיך, ווי עס איז די געוואוינהייט פון אייניקע; נאר לאמיר מזהיר זיין איינער דעם אנדערן, און דאס אויף אזויפיל מער אויף וויפל איר זעט דעם טאג זיך דערנענטערן.


ווארום נאך א קליינע, קליינע וויילע, דער, וואס קומט, וועט קומען און זיך נישט זוימען.


איך זאג אבער דאס דאזיקע, ברידער: די צייט איז קורץ, כדי פון איצט אָן זאלן די, וועלכע האבן פרויען, זיין, ווי זיי וואלטן נישט געהאט;


און דער שונא, וואס האט עס געזייט, איז דער שׂטן; און דער שניט איז דער קץ פון דער וועלט; און די שניטער זענען מלאכים.


דעריבער ווי מען רייסט אויס דאס אומקרויט און מען פארברענט עס אין פייער, וועט עס אויך אזוי זיין ביים קץ פון דער וועלט.


די נאכט איז פארגאנגען און דער טאג האט זיך דערנענטערט; לאמיר זשע אראפווארפן די מעשים פון דער פינצטערניש און אנטאן די כלי‑זין פונם ליכט.


און די דאזיקע זאכן זענען געשען אלס פארבילדער פאר אונדזערטוועגן, כדי מיר זאלן נישט גלוסטן צום בייזן, ווי יענע האבן געגלוסט.


די זאכן זענען א משל; ווארום דאס זענען צוויי בריתות (בונדן), איינער פונם בארג סיני, וואס מאכט געבוירן צו קנעכטשאפט, דאס איז הגר.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite