1 ווארום איך וויל נישט פון אייך פארהוילן, ברידער, אז אלע אונדזערע פאטערס זענען געווען אונטער דעם וואלקן, און אלע זענען אריבערגעגאנגען דעם ים;
דורך אמונה זענען זיי אריבערגעגאנגען דעם ים סוף, ווי אויף טרוקענער ערד, וואס די מצריים האבן פארזוכט און זענען דערטרונקען געווארן.
אויב אבער עמיצער ווייסט עס נישט, זאל ער נישט וויסן.
און וואס שייך (מתנות) פונם גייסט, ברידער, וויל איך נישט, איר זאלט זיין אומוויסנד.
און דעם צייכן פון מילה האט ער באקומען ווי א חתימה פון דער גערעכטיקייט פון אמונה, וואס ער האט געהאט איידער נאך ער האט זיך מל געווען; כדי ער זאל זיין דער פאטער פון אלע נישט געמלטע מאמינים, אז עס זאל אויך זיי פאררעכנט ווערן צו גערעכטיקייט;
און אויב איר געהערט צום משיח, זענט איר ווירקלעך אברהמס זאמען—יורשים לויט דער הבטחה.
ווארום אויב ה׳ האט נישט געשוינט די נאטירלעכע צווייגן, וועט ער אויך דיך נישט שוינען!
אונדזערע אבות האבן זיך געבוקט (צו ה׳) אויף דעם דאזיקן בארג; און איר זאגט, אז אין ירושלים איז דאס ארט, וואו מען דארף זיך בוקן (צו ה׳).
און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער.