Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 1:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 צי איז דען דער משיח צעטיילט געווארן? איז פוילוס פאר אייך אויפגעהאנגען אויף דער בוים געווארן? אדער זענט איר געטובלט געווארן אין דער מקווה אין דעם נאמען פון פוילוסן?

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 1:13
15 Referans Kwoze  

איין האר, איין אמונה, איין מקווה;


ווארום אויב דער, וועלכער קומט, דרשנט אן אנדערן יהושע/ישוע, וואס מיר האבן נישט געדרשנט, אדער איר זענט מקבל אן אנדערן גייסט, וועלכן איר האט נישט מקבל געווען, אדער אן אנדערע גוטע בשורה וואס איר האט נישט אנגענומען, דערטראגט איר (אים) וואויל.


און פעטרוס האט צו זיי געזאגט: טוט תשובה, און זאל יעדער איינער פון אייך זיך לאזן טובל זיין אין דער מקווה אינם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן צו דער פארגעבונג פון אייערע זינד, און איר וועט באקומען די מתנה פון דעם רוח הקודש.


און אלע זענען מקווה געטובלט געווארן צו משהן אין דעם וואלקן און אין דעם ים;


און הערנדיק דאס, האבן זיי זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע.


און ער האט זיי באפוילן זיך צו לאזן טובל זיין אין דער מקווה אין דעם נאמען פון יהושע/ישוע המשיחן. דעמאלט האבן זיי אים געבעטן, נאך צו פארבלייבן אייניקע טעג.


וואס איז נישט קיין אנדערע, אחוץ וואס עס געפינען זיך אייניקע (לייט), וואס באאומרואיקן אייך און ווילן פארדרייען די גוטע בשורה פון דעם משיח.


גייט דעריבער און מאכט אלע פעלקער פאר תלמידים, און זיי מיט דער מקווה געגאנגען אונטער די וואסער אין דעם נאמען פון דעם פאטער און דעם זון און דעם רוח הקודש,


וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו רייניקן פאר זיך אן עם סגולה, וואס איז אייפעריק פאר מעשים טובים.


כדי קיינער זאל נישט זאגן, אז איר זענט געטובלט געווארן אין דער מקווה אין מיין נאמען.


ווארום פאר דעם דאזיקן צוועק איז משיח געשטארבן און לעבעדיק געווארן, כדי ער זאל זיין האר איבער טויטע און לעבעדיקע.


ווארום דער רוח הקודש איז נאך נישט געהאט געפאלן אויף קיין איינעם פון זיי; זיי זענען בלויז געווען געטובלט אין דער מקווה אינם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע.


און האבן זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, מתוודה זייענדיק זיך אויף זייערע זינד.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite