Biblia Todo Logo
Bib sou entènèt

- Piblisite -




א קארינטער בריוו 1:10 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

10 איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז איר זאלט אלע רעדן (איינס און) דאס זעלביקע, און אז עס זאלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקת; נאר אז איר זאלט זיין באפעסטיקט אין דעם זעלביקן זין און אין דער זעלביקער מחשבה.

Gade chapit la Kopi




א קארינטער בריוו 1:10
44 Referans Kwoze  

כדי עס זאל נישט זיין קיין מחלוקה אינם גוף; נאר אז די אברים זאלן פארזארגן איינס דאס אנדערע.


האט אחדות צווישן זיך. טראכט נישט פון הויכע זאכן, נאר לאזט זיך אראפ צו די נידריקע. האלט זיך נישט פאר קיין חכמים.


צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.


ווארום ערשטנס הער איך, אז ווען איר פארזאמלט זיך אין דער קהלה, זענען פאראן מחלוקת צווישן אייך; און א טייל דערפון גלויב איך.


נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,


און איך בעט אייך, ברידער, אכטונג צו געבן אויף די, וואס מאכן אָן מחלוקת און מיכשולים להיפך צו דעם לערנען, וואס איר זענט געלערנט געווארן; און מיידט זיי אויס.


מיר זענען דעריבער שלום אמבאסאדארן פאר דעם משיח, ווי ה׳ וואלט דורך אונדז מזהיר געווען; מיר בעטן אין משיחס נאמען, זייט זיך שלום מאכן מיט ה׳ (ישעיהו נג, ה.)!


דעריבער בעט איך אייך, זייט מיינע נאכפאלגער.


און ביי דעם רוב מאמינים איז געווען איין הארץ און איין גייסט, און קיינער האט נישט געזאגט, אז עפעס פון זיין באזיץ איז זיין אייגנס; נאר אלץ איז ביי זיי געווען געמיינשאפטלעך.


איך אין זיי, און דו אין מיר, כדי זיי זאלן ווערן שלמותדיק אין איינעם, כדי די וועלט זאל וויסן, אז דו האסט מיך געשיקט, און האסט זיי ליב געהאט, פונקט אזוי ווי דו האסט מיך ליב געהאט.


און איר זאלט זיי צוטיילן זייער פיל כבוד מיט ליבע צוליב זייער ארבעט. האט שלום צווישן זיך.


איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.


ווידער איז געווארן א מחלוקה צווישן די יידן צוליב די דאזיקע ווערטער.


געליבטע, איך בעט אייך ווי גרים און תושבים, האלט זיך צוריק פון די פליישלעכע תאוות, וועלכע האלטן מלחמה קעגן דער נשמה;


איך באשווער דיך פאר ה׳ און פאר משיח יהושע/ישוע, וועלכער וועט משפטן די לעבעדיקע און די טויטע, און פאר זיין דערשיינונג און זיין מלכות;


דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.


און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:


עס איז דעריבער געווארן א מחלוקה צווישן דעם המון צוליב אים.


קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; טאמער רייסט די נייע לאטע אפ פונם אלטן, און דער ריס ווערט ערגער.


און קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; מחמת די לאטע רייסט אפ פון דעם קלייד, און עס ווערט אן ערגערער ריס.


איך באשווער דיך פאר ה׳ און דעם משיח יהושע/ישוע און די אויסדערוויילטע מלאכים, אז דו זאלסט אפהיטן די דאזיקע זאכן אָן פאראורטייל, און גארנישט טאן מיט פארטייאישקייט.


מיר בעטן אייך אבער, ברידער, וועגן דעם קומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און אונדזער פארזאמלען זיך ביי אים,


איך בעט אייך, ברידער, זייט ווי איך בין, ווייל איך בין אויך ווי איר זענט. איר האט מיך גארנישט באעוולט;


און מיטארבעטנדיק מיט אים, זענען מיר אייך אויך מזהיר, אז איר זאלט נישט מקבל זיין דעם חסד פון ה׳ אומזיסט!


איך בעט אייך אבער, ברידער, דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח און דורך דער ליבע פונם גייסט, אז איר זאלט מיטקעמפן מיט מיר אין אייערע תפילות פאר מיר צו ה׳,


האבן אייניקע פון די פרושים געזאגט: דער דאזיקער מענטש איז נישט פון ה׳, ווייל ער היט נישט אפ שבת. און אנדערע האבן געזאגט: וויאזוי קען א מענטש, א חוטא, טאן אזעלכע נסים? און עס איז געווארן א מחלוקה צווישן זיי.


און איך וויל נישט, ברידער, איר זאלט זיין אומוויסנד, אז אפטמאל האב איך שוין געוואלט קומען צו אייך (און בין ביז איצט געשטערט געווארן), כדי איך זאל האבן פירות אויך צווישן אייך, ווי צווישן די איבריקע פעלקער.


ווארום וועגן אייך, ברידער, בין איך געוואר געווארן דורך כלאעס (בני בית), אז עס זענען דא שטרייטיקייטן ביי אייך.


ווייל איר זענט נאך אלץ פליישלעך; ווארום כל זמן עס איז דא צווישן אייך קנאה און קריגעריי, זענט איר דען נישט פליישלעך און לעבט ווי (פשוטע) מענטשן?


ווארום מיר פרייען זיך, ווען מיר זענען שוואך און איר זענט שטארק; דאס דאזיקע ווינטשן מיר אויך, איר זאלט ווערן שלמותדיק.


און דער ג‑ט פון יעדן חסד, וועלכער האט אייך גערופן צו זיין אייביקן כבוד אינם משיח, נאך דעם ווי איר האט געליטן אביסל, ער אליין וועט אייך מאכן שלמותדיק, שטארקן, קרעפטיקן, גרונטפעסטיקן.


און אויב א מלוכה איז צעטיילט קעגן זיך אליין, קען יענע מלוכה נישט האבן קיין קיום.


Swiv nou:

Piblisite


Piblisite