Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




די אנטפלעקונג 8:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און אן אנדערער מלאך איז געקומען, און האט זיך אנידערגעשטעלט ביי דעם מזבח, האבנדיק א גאלדענע פייערפאן, און עס איז אים געגעבן געווארן קטורת א סך, כדי ער זאל עס מקריב זיין מיט די תפילות פון אלע קדושים אויף דעם גאלדענעם מזבח, וואס איז פאר דעם כסא הכבוד.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




די אנטפלעקונג 8:3
32 Iomraidhean Croise  

און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת.


ווער וועט פאראורטיילן? משיח יהושע/ישוע איז עס וועלכער איז געשטארבן, און נאכמער, ער איז אויפגעשטאנען, וועלכער איז אויף ה׳ס רעכטער זייט, און איז זיך אויך משתדל פאר אונדז.


פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי זיך משתדל צו זיין פאר זיי.


וואס האט אנטהאלטן דעם גאלדענעם מזבח פון קטורת און דעם ארון הברית, וואס איז אינגאנצן געווען באדעקט מיט גאלד, אין וועלכן (עס איז געווען) א גאלדענער קרוג, וואס האט אנטהאלטן מן, און אהרנס שטעקן, וואס האט געבליט, און די לוחות הברית,


און איך האב געזען אן אנדערן געוואלטיקן מלאך אראפנידערן פון הימל, איינגעהילט אין א וואלקן; און דער רעגנבויגן איז געווען איבער זיין קאפ, און זיין פנים איז געווען ווי די זון, און זיינע פיס, ווי זיילן פייער;


און אן אנדערער מלאך איז ארויסגעגאנגען פון דעם מזבח, דער, וואס האט געהאט ממשלה איבער דעם פייער; און האט גערופן מיט א הויך קול צו דעם, וועלכער האט געהאט דאס שארפע שניידמעסער, אזוי צו זאגן: שיק דיין שארף שניידמעסער, און זאמל איין די הענגלעך וויינטרויבן פון דעם וויינשטאק פון דער ערד; ווייל זיינע טרויבן זענען (שוין) רייף.


און ווען עס האט גענומען דאס ספר, זענען די פיר חיות און די פיראונצוואנציק זקנים אנידערגעפאלן פאר דעם לעמעלע, האבנדיק יעדער איינער א הארפע, און גאלדענע בעקנס אנגעפילט מיט קטורת, וואס זענען די תפילות פון די קדושים.


און ווען ער האט געעפנט די פיפטע חתימה, האב איך געזען אונטער דעם מזבח די נשמות פון די געשחטענע צוליב ה׳ס ווארט און צוליב דאס עדות, וואס זיי האבן געהאט;


און האב געזען אן אנדערן מלאך ארויפשטייגן פון מזרח זייט פון דער זון, האבנדיק די חתימה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול צו די פיר מלאכים, וואס עס איז זיי געגעבן געווארן צו שעדיקן די ערד און דעם ים,


און דער רויך פון דעם קטורת, מיט די תפילות פון די קדושים, איז ארויפגעשטיגן פאר ה׳ אויס דער האנט פון דעם מלאך.


און דער מלאך האט גענומען די פייערפאן, און זי אנגעפילט מיט פייער פון דעם מזבח, און עס אראפגעווארפן אויף דער ערד; און עס זענען געקומען דונערן און קולות און בליצן און אן ערדציטערניש.


און דער זעקסטער מלאך האט געבלאזן, און איך האב געהערט א קול פון די פיר הערנער פון דעם גאלדענעם מזבח, וואס שטייט פאר ה׳,


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan