Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




די אנטפלעקונג 7:4 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

4 און האב געהערט די צאל פון די פארחתמעט, הונדערט פיר און פערציק טויזנט, פארחתמעט פון אלע שבטים פון די קינדער ישראל:

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




די אנטפלעקונג 7:4
17 Iomraidhean Croise  

און יהושע/ישוע האט צו זיי געזאגט: באמת זאג איך אייך, אז איר, וואס האבן מיר נאכגעפאלגט, וועט אין דער נייער וועלט, ווען דער בר אנש וועט זיצן אויף זיין כסא הכבוד, אויך זיצן אויף צוועלף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל.


און דער קנעכט האט געזאגט: האר, עס איז געשען, ווי דו האסט באפוילן, און עס איז נאך דא ארט!


כדי איר זאלט עסן און טרינקען אויף מיין טיש אין מיין קעניגרייך; און זיצן אויף טראנען און משפטן די צוועלף שבטים פון ישראל.


צו וועלכער אונדזערע צוועלף שבטים, דינענדיק ה׳ בהתמדה יומם ולילה, האפן צו דערגרייכן. וועגן דער האפענונג ווער איך אנגעקלאגט פון די יידן, אָ קעניג!


און ישעיה רופט אויס איבער ישראל: אויב די צאל פון די בני ישראל וועט זיין ווי דאס זאמד פונם ים, וועט דאך (נאר) אן איבערבלייבונג געראטעוועט ווערן;


יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!


און איך האב געזען, און אָט דאס לעמעלע איז געשטאנען אויף דעם הר ציון, און מיט אים הונדערט פיר און פערציק טויזנט, וועלכע האבן געהאט זיין נאמען און זיין פאטערס נאמען אויפגעשריבן אויף זייערע שטערנס.


און זיי זינגען א נייעם שיר פאר דעם כסא הכבוד און פאר די פיר חיות און זקנים; און קיינער האט נישט געקענט לערנען דעם שיר, אחוץ די הונדערט פיר און פערציק טויזנט, די אויסגעקויפטע פון דער ערד.


פון דעם שבט יהודה, צוועלף טויזנט פארחתמענט; פון דעם שבט ראובן, צוועלף טויזנט; פון דעם שבט גד, צוועלף טויזנט;


און די צאל פון די חיילות רייטער איז געווען צוויימאל צענטויזנט מאל צען טויזנט; איך האב געהערט זייער צאל.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan