Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




די אנטפלעקונג 7:2 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

2 און האב געזען אן אנדערן מלאך ארויפשטייגן פון מזרח זייט פון דער זון, האבנדיק די חתימה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, און האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול צו די פיר מלאכים, וואס עס איז זיי געגעבן געווארן צו שעדיקן די ערד און דעם ים,

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




די אנטפלעקונג 7:2
29 Iomraidhean Croise  

האט שמעון פעטרוס ענטפערנדיק געזאגט: דו ביסט דער משיח, דער זון פון דעם לעבעדיקן ג‑ט!


יהושע/ישוע אבער האט געשוויגן. און דער כהן גדול האט געזאגט צו אים: איך באשווער דיך ביי דעם לעבעדיקן ג‑ט, אז דו זאלסט אונדז זאגן, צי דו ביסט דער משיח, דער זון פון דער אויבערשטער!


ארבעט נישט פאר דער שפייז, וואס ווערט פארדארבן, נאר פאר דער שפייז, וואס בלייבט צום אייביקן לעבן, וואס דער בר אנש וועט אייך געבן; ווארום אויף אים האט ג‑ט דער פאטער געלייגט זיין חותם.


וועלכער האט אונדז אויך געחתמעט און געגעבן אין אונדזערע הערצער דעם ערבון פון דעם גייסט.


אין וועמען אויך איר, האבנדיק געהערט דאס ווארט פון אמת—די גוטע בשורה פון אייער ישועה—אין וועמען אויך ווערנדיק מאמינים, איר זענט פארחתמעט געווארן דורך דעם גייסט פון דער הבטחה—דעם רוח הקודש,


און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה.


ווארום זיי אליין דערציילן פון אונדז, וואס פאר אן אריינגאנג מיר האבן געהאט ביי אייך; און וויאזוי איר האט זיך געקערט צו ה׳ פון אייערע אפג-טער, צו דינען דעם לעבעדיקן און אמתן ג‑ט,


דאך ה׳ס שטארקער יסוד שטייט פעסט, האבנדיק דעם דאזיקן חותם: דער האר קען די, וועלכע זענען זיין, און: זאל זיך אפקערן פון אומגערעכטיקייט יעדער איינער, וואס רופט אָן דעם הארס נאמען.


נאר איר זענט געקומען צום הר ציון און צו דער שטאט פונם לעבעדיקן ג‑ט, דעם הימלישן ירושלים און צו צענער טויזנטער פון מלאכים,


וואויל דעם לייענער און די, וואס הערן די ווערטער פון דער נבואה און היטן אפ וואס שטייט געשריבן דערין; ווארום די צייט איז נאענט.


און איך האב געזען אן אנדערן געוואלטיקן מלאך אראפנידערן פון הימל, איינגעהילט אין א וואלקן; און דער רעגנבויגן איז געווען איבער זיין קאפ, און זיין פנים איז געווען ווי די זון, און זיינע פיס, ווי זיילן פייער;


און ווען די זיבן דונערן האבן געהאט גערעדט, האב איך געוואלט שרייבן; און האב געהערט א קול פון הימל זאגן: פארחתמע וואס די זיבן דונערן האבן גערעדט, און שרייב עס נישט.


און דער זעקסטער האט אויסגעגאסן זיין געפעס אויף דעם גרויסן טייך, דעם טייך פרת; און זיין וואסער איז אויסגעטרוקנט געווארן, כדי עס זאל צוגעגרייט ווערן דער וועג פאר די מלכים פון דעם אויפגאנג פון דער זון.


און האב געזען א שטארקן מלאך אויסרופן מיט א הויך קול: ווער איז ווערט אויפצומאכן דאס ספר און צו צעברעכן זיינע חתימות?


און אן אנדערער מלאך איז געקומען, און האט זיך אנידערגעשטעלט ביי דעם מזבח, האבנדיק א גאלדענע פייערפאן, און עס איז אים געגעבן געווארן קטורת א סך, כדי ער זאל עס מקריב זיין מיט די תפילות פון אלע קדושים אויף דעם גאלדענעם מזבח, וואס איז פאר דעם כסא הכבוד.


זאגנדיק צום זעקסטן מלאך, וועלכער האט געהאט דעם שופר: בינד אויף די פיר מלאכים, וואס זענען געבונדן ביים גרויסן טייך פרת.


און עס איז זיי אנגעזאגט געווארן, אז זיי זאלן נישט שעדיקן דאס גראז פון דער ערד, נישט קיין שום גרינווארג, נישט קיין בוים, אחוץ יענע מענטשן, וועלכע האבן נישט ה׳ס חתימה אויף זייערע שטערנס.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan