Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




די אנטפלעקונג 13:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 און איינער פון אירע קעפ, ווי פארוואונדעט צום טויט; און איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט; און די גאנצע ערד האט נאכגעקוקט מיט פארוואונדערונג אויף דער חיה;

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




די אנטפלעקונג 13:3
15 Iomraidhean Croise  

און עס איז געשען אין יענע טעג, א דעקרעט איז ארויסגעגאנגען פון קיסר אויגוסטוס, אז די גאנצע וועלט זאל זיך רעגיסטרירן.


דעריבער האבן די פרושים געזאגט איינער צום אנדערן: איר זעט, אז איר פועלט גארנישט; זע, די גאנצע וועלט לויפט אים שוין נאך!


און דער שמעון אליין האט אויך געגלויבט; און ווערנדיק געטובלט אין דער מקווה, האט ער זיך באהאפטן צו פיליפוסן, און זעענדיק אותות און גרויסע מופתים געשען, האט ער זיך שטארק געוואונדערט.


און עס האט אויסגענוצט די גאנצע ממשלה פון דער ערשטער חיה פאר איר און מאכט די ערד און די, וואס וואוינען אויף איר, אז זיי זאלן זיך בוקן צו דער ערשטער חיה, וואס איר טויטלעכע מכה האט זיך אויסגעהיילט.


און פארפירט די איינוואוינער אויף דער ערד דורך די מופתים, וואס זענען איר געגעבן געווארן צו טאן פאר דער חיה; און זאגט צו די איינוואוינער אויף דער ערד, אז זיי זאלן מאכן א בילד צו דער חיה, וואס האט די וואונד פון דער שווערד און איז (געבליבן) לעבן.


און זענען זיבן מלכים; פינף זענען געפאלן, איינער איז דא, דער אנדערער איז נאך נישט געקומען; און ווען ער וועט קומען, מוז ער בלייבן א קורצע צייט.


און די חיה, וואס איז געווען און איז (מער) נישטא, איז אליין אויך דער אכטער, און איז פון די זיבן; און גייט צו פארדארבונג.


די דאזיקע האבן איין מיינונג, און געבן זייער כוח און ממשלה צו דער חיה.


ווארום ה׳ האט עס זיי געגעבן אין זייערע הערצער אריין, צו טאן זיין עצה, און צו מאכן איין דעה, און צו געבן זייער קעניגרייך צו דער חיה, ביז ה׳ס ווערטער וועלן דערפילט ווערן.


און איך האב געזען די פרוי שכור מיט דעם בלוט פון די קדושים, און מיט דעם בלוט פון ישועס עדות. און זעענדיק זי, בין איך נשתומם געווארן מיט א גרויסער דערשטוינונג.


די חיה, וואס דו האסט געזען, איז געווען, און איז (מער) נישטא, און וועט ארויפשטייגן אויס דעם תהום און גיין צו פארדארבונג. און די איינוואוינער אויף דער ערד, וועמעס נאמען איז נישט פארשריבן אין דעם ספר החיים פון בריאת העולם אָן, וועלן זיך וואונדערן, ווען זיי וועלן זען די חיה, אז זי איז געווען און איז (מער) נישטא און וועט ווידער זיין.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan