און איך האב געהערט א קול פון הימל, ווי דאס גערויש פון א סך וואסערן, און ווי דאס קול פון א געוואלטיקן דונער; און דאס קול, וואס איך האב געהערט, איז געווען ווי פון הארפנשפילער שפילנדיק אויף זייערע הארפעס;
און איך האב געזען אן אנדער מופת אין הימל, גרויס און וואונדערבאר: זיבן מלאכים, וועלכע האבן געהאט די זיבן לעצטע מכות, ווייל מיט די דאזיקע האט זיך פארענדיקט ה׳ס צארן.