Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




פיליפער 4:18 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

18 איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




פיליפער 4:18
15 Iomraidhean Croise  

און ער האט א בליק געטאן אויף אים און זיך געפארכטן, און געזאגט: וואס איז עס, האר? און ער האט צו אים געזאגט: דיינע תפילות און דיינע צדקות זענען ארויפגעקומען לזכרון פאר ה׳.


איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.


אנדערע קהלות האב איך בארויבט, נעמענדיק שכירות, כדי אייך צו דינען;


ווייל דאס אפריכטן פון דער דאזיקער עבודה נישט נאר פילט אָן די נויטן פון די קדושים, נאר עס פארמערט זיך אויך דורך פיל דאנק צו ה׳;


און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח.


איך ווייס (וואס עס איז) צו זיין דערנידעריקט, און ווייס (וואס עס איז) צו האבן א שפע: איך האב געלערנט אין אלץ און אין אלעם, סאי זאט צו זיין סאי צו ליידן הונגער, סאי צו האבן א שפע סאי צו ליידן נויט.


מיר זענען מחייב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, ווי עס פאסט זיך, ווייל אייער גלויבן וואקסט זייער שטארק, און די ליבע פון יעדן איינעם פון אייך אלעמען מערט זיך לגבי די אנדערע,


און פארגעסט נישט צו טאן גוטס און אויסצוטיילן (צו ארעמעלייט); ווארום אזעלכע קרבנות זענען וואוילגעפעליק צו ה׳.


און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan