Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




פיליפער 4:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 און אפילו איר, פיליפער, ווייסט, אז אין אנהויב פון דער בשורה טובה, ווען איך האב פארלאזט מאצעדאניען, האט קיין איין קהלה מיט מיר נישט געהאט קיין חברותאשאפט וואס שייך דער פראגע פון געבן און נעמען, אחוץ איר אליין;

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




פיליפער 4:15
12 Iomraidhean Croise  

און ווי זיי זענען ארויס פון דעם געפענקעניש, זענען זיי אריינגעגאנגען צו לידיאן; און זעענדיק זיך מיט די ברידער, האבן זיי זיי געטרייסט, און זענען ארויסגעגאנגען.


ווארום עס איז מאצעדאניען און אכאיא וואוילגעפעלן צו מאכן א געמיינזאמע נדבה לטובת די ארעמע צווישן די קדושים אין ירושלים.


און איך וויל אייך מודיע זיין, ברידער, אז דאס, וואס איז מיר געשען, איז גאר נאך מער אויסגעפאלן צום פארטשריט פון דער בשורה טובה,


די דאזיקע טאן עס פון ליבע, וויסנדיק, אז איך בין באשטימט געווארן צום פארטיידיקן די בשורה טובה;


צוליב אייער חברותאשאפט אין דער בשורה טובה פון דעם ערשטן טאג אָן ביז איצט;


ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה.


דעריבער, מיינע געליבטע, ווי איר זענט תמיד געווען געהארכזאם, נישט נאר אין מיין אנוועזנהייט (ביי אייך), נאר פיל מער איצט אין מיין אפוועזנהייט, אזוי ארבעט אויס אייער אייגענע ישועה מיט יראה און מיט ציטערניש;


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan