Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




פיליפער 4:11 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

11 נישט אויס נויט זאג איך דאס: ווארום איך האב געלערנט, אין וואס פאר א מעמד איך זאל מיך נישט געפינען, אויסצוקומען מיט דעם, וואס איך האב.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




פיליפער 4:11
13 Iomraidhean Croise  

און אויך זעלנער האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און מיר, וואס זאלן מיר טאן? און ער האט צו זיי געזאגט: באדריקט קיינעם נישט, ברענגט נישט קיין מסירות אויף קיינעם, און באגענוגענט אייך מיט אייער געהאלט.


אין פראצע און הארעוואניע, אפטמאל אָן שלאף ביינאכט, אין הונגער און אין דורשט, אפטמאל אין תעניתים, אין קעלט און נאקעט (און בלויז).


ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.


ווארום איר קענט דעם חסד פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, אז הגם ער איז געווען רייך, דאך פאר אייערטוועגן איז ער געווארן ארעם, כדי דורך זיין ארעמקייט זאלט איר ווערן רייך.


און ה׳ קען אייך משפיע זיין יעדן חסד, כדי איר, האבנדיק תמיד אין אלעם גענוג, זאלט זיך פיל מערן צו כלערליי מעשים טובים;


יא, איך באטראכט טאקע אלץ ווי א פארלוסט פון וועגן דער דערהויבנקייט פון דער דערקענטעניש פונם משיח יהושע/ישוע מיין האר, צוליב וועמען איך האב אלץ פארלוירן, און איך באטראכט אלץ ווי מיסט, כדי איך זאל געווינען משיחן,


ווארום איר האט געהאט מיטלייד מיט די געפאנגענע און מיט פרייד אנגענומען דאס אויסרויבן פון אייער האב און גוטס, וויסנדיק, אז איר האט א גרעסער פארמעגן, וואס האט א קיום.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan