1 ווייטער, ברידער מיינע, פריידט זיך אינם האר. צו שרייבן צו אייך די זעלביקע זאכן איז פאר מיר נישט קיין לאסט, פאר אייך אבער איז עס א פארזיכערונג.
פריידט זיך, און זייט זיך זייער משמח, ווייל אייער שכר איז גרויס אין הימל; מחמת אָט אזוי האט מען פארפאלגט די נביאים, וואס זענען געווען פאר אייך.
עס טוט דערהייבן מיין זעל דעם האר, און עס פריידט זיך מיין גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער,
נישט נאר דאס, נאר מיר זענען זיך משמח אין ה׳ דורך אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח, דורך וועמען מיר האבן איצט באקומען די שלום-מאכן.
צולעצט, ברידער, פריידט זיך, זייט שלמותדיק, טרייסט זיך, האט אחדות אין אייער מחשבה, לעבט בשלום; און דער ג‑ט פון ליבע און שלום וועט זיין מיט אייך.
צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה.
ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;
פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך.
צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן.
און ווייטער, ברידער, בעטן מיר און זענען אייך מזהיר אינם האר יהושע/ישוע, אז ווי איר האט מקבל געווען פון אונדז, וויאזוי איר דארפט זיך לעבן וואוילגעפעלן צו ה׳—און טאקע אזוי ווי איר טוט דאס, אז איר זאלט עס פיל פארמערן.
פריידט זיך תמיד;
נעמט עס אָן פאר א גרויסע פרייד, מיינע ברידער, ווען איר פאלט אריין אין כלערליי נסיונות,
און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;
נאר לויט ווי איר זענט אנטיילנעמער אין די ליידן פון דעם משיח, זאלט איר זיך פרייען; כדי אין דער אנטפלעקונג פון זיין כבוד זאלט איר זיך פרייען און משמח זיין.
דאס דאזיקע, געליבטע, איז שוין דער צווייטער בריוו, וואס איך שרייב אייך; אין וועלכע איך דערוועק דורך א דערינערונג אייער לויטערן פארשטאנד;