אָט צוליב דעם האב איך געשיקט צו אייך טימאטעוסן, וועלכער איז מיין געליבט און געטריי קינד אינם האר, וואס וועט אייך דערמאנען מיינע דרכים אינם משיח יהושע/ישוע, ווי אזוי איך לערן אומעטום אין יעדער קהלה.
און האבן מיטגעשיקט מיט זיי אונדזער ברודער, וועמען מיר האבן אפט אויסגעפרואווט אין א סך זאכן, אז ער איז פלייסיק, איצט אבער פיל פלייסיקער צוליב זיין גרויסן בטחון אין אייך.
ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה.
אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט;