Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




פיליפער 2:17 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

17 נאר אויב איך זאל אפילו אויסגעגאסן ווערן אויף דעם קרבן און עבודה פון אייער אמונה, פריי איך מיך, און פריי מיך מיט אייך אלע צוזאמען;

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




פיליפער 2:17
21 Iomraidhean Croise  

נאר איך האלט, אז מיין לעבן איז נישט ווערט די רייד, אזוי טייער איז עס פאר מיר, אויב איך זאל נאר קענען פארענדיקן דעם לעבנס לויף מיינעם, און די עבודה, וואס איך האב באקומען פון דעם האר יהושע/ישוע, עדות צו זאגן פון דער גוטער בשורה פון ה׳ס חסד.


דעמאלט האט פוילוס געענטפערט: וואס טוט איר, וואס איר וויינט און צעברעכט מיר דאס הארץ? ווארום איך בין גרייט נישט בלויז געבונדן צו ווערן, נאר אויך צו שטארבן אין ירושלים פאר דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע.


איך בעט אייך דעריבער, ברידער, דורך די רחמים פון ה׳, אז איר זאלט גענענען אייערע גופים ווי א לעבעדיק, הייליק קרבן, וואס איז וואוילגעפעלן צו ה׳, ווארום דאס איז אייער גייסטיקע עבודה.


צו זיין א קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע צו די אומות העולם, דינענדיק ווי א כהן אין דער בשורה טובה פון ה׳, כדי דאס קרבן פון די אומות העולם זאל ווערן באוויליקט, געהייליקט דורך דעם רוח הקודש.


איך אבער וויל העכסט גערן אויסלייגן (וואס איך האב) און אויסגעלייגט ווערן פאר אייערע נפשות. אויב איך האב אייך אזוי שפעדיק ליב, בין איך ווייניקער געליבט?


אזוי ארום ווירקט דער טויט אין אונדז, דאס לעבן אבער אין אייך.


ווי טרויעריקע, אבער תמיד פריילעך; ווי ארעמעלייט, וועלכע מאכן אבער א סך רייך; ווי אזעלכע, וואס האבן גארנישט, און באזיצן דאך אלץ.


גרויס איז מיין בטחון בנוגע אייך, גרויס איז מיין בארימען זיך וועגן אייך: איך בין פול מיט נחמה, איך פליס איבער מיט שמחה אין אלע אונדזערע צרות.


לויט מיין ערנסטער דערווארטונג און בטחון, אז איך וועל אין גארנישט פארשעמט ווערן, נאר אין יעדער מוטיקייט, ווי אלעמאל, אזוי אויך איצט, וועט משיח פארהערלעכט ווערן אין מיין לייב, סאי דורכן לעבן און סאי דורכן טויט.


און איבער דעם דאזיקן זאלט איר זיך אויך פרייען און מיטפרייען מיט מיר.


ווייל צוליב דעם ווערק פון משיח איז ער געקומען נאענט צום טויט, ריזיקירנדיק מיטן לעבן כדי צו דערפילן דאס, וואס האט געפעלט אין אייער באדינונג פאר מיר.


איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳.


איצט פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה;


אזוי האט עס אונדז געצויגן צו אייך, אז מיר האבן געוואלט זיך טיילן מיט אייך, נישט בלויז מיט דער גוטער בשורה פון ה׳, נאר אפילו מיט אונדזער אייגן לעבן, ווייל איר זענט אונדז געווארן זייער טייער.


ווארום איך ווער שוין געברענגט ווי א קרבן נסך, און די צייט פון מיין פטירה איז געקומען.


און איר אליין, ווי לעבעדיקע שטיינער, בויט אייך אויף צו א רוחניותדיק הויז, פאר א הייליקער כהונה, מקריב צו זיין רוחניותדיקע קרבנות, וואס זענען וואויל אנגענומען ביי ה׳ דורך יהושע/ישוע המשיחן.


דורך דעם דאזיקן האבן מיר דערקענט די ליבע: ווייל ער האט אנידערגעלייגט זיין לעבן פאר אונדזערטוועגן; און מיר זענען אויך מחייב אנידערצולייגן אונדזערע לעבנס פאר די ברידער.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan