ווארום איך וויל אייך מודיע זיין, וואס פאר א גרויסן ראנגלעניש איך פיר פאר אייערטוועגן, און פאר די אין לאאדיצעא, און פאר אלע, וואס האבן נישט געזען מיין פנים אינם פלייש;
נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל.