26 כדי אייער בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע זאל פארמערט ווערן דורך מיין קומען צו אייך נאכאמאל.
אזוי האט איר אויך איצט צער; איך וועל אייך אבער ווידער זען, און אייער הארץ וועט זיך פרייען, און די שמחה אייערע וועט קיינער נישט אוועקנעמען פון אייך.
ביז אצונד האט איר גארנישט געבעטן אין מיין נאמען; בעט, און איר וועט באקומען, כדי אייער פרייד זאל ווערן פול.
אזוי ווי איר האט אונדז שוין טיילווייז פארשטאנען, אז מיר זענען אייער רום, ווי איר זענט אויך אונדזער (רום) אין דעם טאג פון אונדזער האר יהושע/ישוע.
מיר רעקאמענדירן זיך נישט ווידער צו אייך, נאר געבן אייך א געלעגנהייט זיך צו רימען מיט אונדז, כדי איר זאלט האבן עפעס קעגן די, וועלכע בארימען זיך מיטן פנים און נישט מיטן הארצן.
ווייל אויב איך האב מיך עפעס בארימט פאר אים וועגן אייך, בין איך נישט פארשעמט געווארן; נאר ווי מיר האבן צו אייך אלץ גערעדט ווארהאפטיק, אויך אזוי איז אונדזער בארימען זיך פאר טיטוסן וואר געווארן.
גרויס איז מיין בטחון בנוגע אייך, גרויס איז מיין בארימען זיך וועגן אייך: איך בין פול מיט נחמה, איך פליס איבער מיט שמחה אין אלע אונדזערע צרות.
נאר ה׳, וועלכער טרייסט די שפלדיקע, האט אונדז געטרייסט מיט טיטוסנס אנקומען;
נאר זאל יעדער איינער אויספרובירן זיין אייגן טאן, און דעמאלט וועט ער האבן דעם רום בלויז פאר זיך אליין, און נישט קעגן דעם אנדערן.
ווייטער, ברידער מיינע, פריידט זיך אינם האר. צו שרייבן צו אייך די זעלביקע זאכן איז פאר מיר נישט קיין לאסט, פאר אייך אבער איז עס א פארזיכערונג.
ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן;
און איך האב מיך זייער געפריידט אינם האר, אז איר האט ווידעראמאל באלעבט אייער זארגן פאר מיר; איר האט מיך טאקע תמיד אין זינען געהאט, נאר עס האט אייך געפעלט א געלעגנהייט.
פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך.