Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




פיליפער 1:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 אייניקע טאקע צוליב קנאה און מחלוקת, און אנדערע פון גוטן ווילן דרשענען דעם משיח;

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




פיליפער 1:15
22 Iomraidhean Croise  

און אלע זייערע מעשים טאן זיי, כדי פון לייטן געזען צו ווערן, מחמת זיי מאכן ברייט זייערע תפילין, און לאנג די ציצית,


דאס ווארט, וואס ער האט געשיקט צו די קינדער ישראל, מבשר זייענדיק שלום דורך יהושע/ישוע המשיחן—ער איז האר איבער אלע—


עס זענען אבער געווען אייניקע פון זיי, מענער פון קפריסין און קירניה, וואס, ווען זיי זענען געקומען קיין אנטיאכיען, האבן גערעדט אפילו צו גריכן, אנזאגנדיק די גוטע בשורה פון דעם האר יהושע/ישוע.


און יעדן טאג, סאי אין בית המקדש סאי פון הויז צו הויז, האבן זיי נישט אויפגעהערט צו לערנען און אנצוזאגן די בשורה פון דעם משיח יהושע/ישוע.


און פיליפוס האט אויפגעמאכט זיין מויל, און אנהויבנדיק פון דער דאזיקער שריפט, האט ער אים אנגעזאגט די גוטע בשורה פון יהושען/ישוען.


און פיליפוס איז אראפגעגאנגען אין דער שטאט שומרון אריין, און האט אויסגערופן צו זיי דעם משיח.


און האט גלייך אויסגערופן אין די שולן, אז יהושע/ישוע איז דער זון פון דער אויבערשטער.


אבער צו די ווידערשפעניקע און וואס זענען אומגעהארכזאם צום אמת נאר זענען געהארכזאם צו רשעות—צארן און גרימצארן;


רופן מיר אויס א משיח אויפגעהאנגען אויף דער בוים, פאר יידן טאקע א מיכשול, און פאר גריכן א נארישקייט;


און ווען איך טייל אויס מיין גאנץ פארמעגן צו שפייזן די הונגעריקע, און ווען איך גיב איבער מיין גוף צום פארברענען, האב אבער נישט קיין ליבע, העלפט עס מיר גארנישט.


ווארום דער זון פון דער אויבערשטער, יהושע/ישוע המשיח, וועלכער איז דורך אונדז געדרשנט געווארן צווישן אייך, דורך מיר און סילוואנוסן און טימאטעוסן, איז נישט געווען יא און ניין; נאר עס איז (תמיד) געווען יא אין אים;


ווארום אזעלכע (מענטשן) זענען פאלשע שליחים, באטריגערישע ארבעטער, וואס פארשטעלן זיך פאר שליחים פון דעם משיח.


ווארום איך האב מורא, טאמער, קומענדיק, וועל איך אייך נישט געפינען אזוי ווי איך וויל; און איך זאל געפונען ווערן אזוי, ווי איר ווילט נישט; טאמער וועט זיין קריגערייען, קנאה, רוגז, מחלוקת, לשון הרע, רכילות, גאווה, אומרוען;


ווארום מיר דרשענען נישט זיך אליין, נאר דעם משיח יהושע/ישוע אלס האר, און אונדז אליין ווי אייערע קנעכט צוליב יהושען/ישוען.


אבער מחמת די פאלשע ברידער, וואס האבן זיך אריינגעגנבעט, וועלכע זענען אריינגעקומען אויסצושפיאנירן אונדזער פרייהייט, וואס מיר האבן אינם משיח יהושע/ישוע, כדי זיי זאלן אונדז פארקנעכטן;


גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין;


און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די אומות (העולם), געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan