21 ^אייל דיך צו קומען פאר דעם ווינטער. עס געבן דיר אפ שלום עוובולוס און פודענס און לינוס און קלוידא און אלע ברידער.
ווארום ווען דו גייסט מיט דיין קעגנער פארן שר, גיב דיר די מי אויפן וועג, אז דו זאלסט פטור ווערן פון אים (מיט גוטנס); טאמער וועט ער דיך אוועקשלעפן צום שופט, און דער שופט וועט דיך איבערגעבן צום שוטר, און דער שוטר וועט דיך אריינווארפן אין תפיסה אריין.
אלע ברידער געבן אייך אפ שלום. גיט אפ שלום איינער דעם אנדערן מיט דעם הייליקן קוש.
אלע קדושים געבן אייך אפ שלום.
אלע הייליקע געבן אייך אפ שלום, נאר גאנץ באזונדערס די פון קיסרס הויז.
איך בענק דיך צו זען, געדענקענדיק דיינע טרערן, כדי איך זאל אנגעפילט ווערן מיט שמחה,
דעם מאנטל, וואס איך האב איבערגעלאזט אין טראאס ביי קארפוסן, ברענג (מיט), ווען דו קומסט, און די ספרים, איבערהויפט די פארמעטן.
^אייל דיך באלד צו קומען צו מיר;
ווען איך וועל שיקן ארטעמאסן צו דיר אדער טיכיקוסן, זאלסטו דיך איילן צו קומען צו מיר קיין ניקאפאליס; ווארום איך האב באשלאסן דארטן איבערצואווינטערן.
עס געבן דיר אפ שלום די קינדער פון דיין שוועסטער, דער אויסדערוויילטער.
איך האף אבער דיך צו זען אין גיכן, און (דעמאלט) וועלן מיר רעדן מויל צו מויל.