19 גיב אפ שלום פריסקאן און אקווילאן און די (בני) בית פון אנעסיפארוס.
און אויב איר גיט אפ שלום נאר אייערע ברידער אליין, וואס טוט איר דא מער? צי טאן דען די אומות (העולם) נישט אויך דאס זעלביקע?
און פארבלייבנדיק נאך דארטן א סך טעג, האט פוילוס זיך געזעגנט מיט די ברידער, און איז אוועקגעפארן מיט דער שיף קיין סיריען, און מיט אים פריסקילא און אקווילא; נאכן אפגאלן זיך (אלס פרומער ייד) דעם קאפ אין קענקרעא, ווארום ער האט געהאט געטאן א נדר.
און האט געפונען א געוויסן יידן מיטן נאמען אקווילא, געבוירן אין פאנטוס, נאר וואס אנגעקומען פון איטאליען, מיט פריסקילא זיין פרוי, צוליב דעם, וואס קלוידיוס האט באפוילן, אז אלע יידן זאלן פארלאזן רוים; און ער איז געגאנגען צו זיי.
און האט אנגעהויבן צו רעדן מיט דרייסטקייט אין שול. ווי אבער פריסקילא און אקווילא האבן אים געהערט, האבן זיי אים גענומען צו זיך, און אים נאך גענויער קלאר געמאכט דעם דרך ה׳.
די קהלות פון (קליין) אזיען געבן אייך אפ שלום. אקווילא און פריסקא, צוזאמען מיט דער קהלה אין זייער הויז, געבן אייך אפ שלום זייער פיל אין דעם האר.