15 פון וועמען אויך דו זאלסט דיך אויסהיטן, ווארום ער האט זיך זייער אקייגנגעשטעלט אונדזערע רייד.
היט זיך פאר די כלבים, היט זיך פאר די שלעכטע ארבעטער, היט זיך פאר דער קערפערלעכער באשניידונג;
און פונקט ווי יאנעס און יאמברעס האבן זיך אקייגנגעשטעלט משה (רבינו), אזוי שטעלן זיך אויך די דאזיקע אנטקעגן דעם אמת; מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד, פארווארפן וואס שייך דער אמונה.
אלעקסאנדער דער קופערשמיד האט מיר געטאן פיל בייז; דער האר וועט אים פארגעלטן לויט זיינע מעשים;
ביי מיין ערשטער פארטיידיקונג איז קיינער נישט געשטאנען ביי מיר, נאר אלע האבן מיך פארלאזט; זאל עס זיי נישט צוגערעכנט ווערן!