11 לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה.
נאר א סך ערשטע וועלן זיין לעצטע, און לעצטע—ערשטע.
אָט אזוי וועלן די לעצטע זיין ערשטע, און די ערשטע—לעצטע.
און זע, עס זענען דא לעצטע, וואס וועלן זיין די ערשטע; און עס געפינען זיך ערשטע, וואס וועלן זיין די לעצטע.
און ער האט זיך מישב געווען, און איז אוועק צום הויז פון מרים, די מוטער פון יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס, וואו א סך זענען געווען פארזאמלט און האבן תפילה געטאן.
און בר‑נבא און שאול האבן זיך אומגעקערט פון ירושלים, האבנדיק דערפילט זייער שליחות, און מיטנעמענדיק דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
בר‑נבא אבער האט געוואלט מיטנעמען אויך דעם יוחנן, וועמען מען האט גערופן מארקוס.
און עס איז געקומען צו א פארביטערונג, אזוי, אז זיי האבן זיך אפגעטיילט איינער פון אנדערן, און בר‑נבא האט גענומען מארקוסן און זיך אוועקגעשיפט קיין קפריסין;
און נאך דעם ווי ער האט געזען דעם חזיון, האבן מיר גלייך געזוכט ארויסצוגיין קיין מאצעדאניען, ארויסדרינגענדיק, אז ה׳ האט אונדז גערופן אנצוזאגן צו זיי די גוטע בשורה.
עס גיט אייך אפ שלום אריסטארכוס דער מיטגעפאנגענער מיינער, און מארקוס בר‑נבאס שוועסטערן‑זון (וועגן וועמען איר האט באקומען באפעלן; אויב ער וועט קומען צו אייך, זאלט איר אים אויפנעמען),
עס גיט אייך אפ שלום לוקאס דער געליבטער רופא, און דעמאס.
דאס דאזיקע ווייסטו, אז פון מיר האבן זיך אפגעקערט אלע, וואס געפינען זיך אין (קליין) אזיען, צווישן וועלכע עס זענען פיגעלוס און הערמאגענעס.
ווען דעריבער עמיצער וועט זיך לייטערן פון די דאזיקע, וועט ער זיין א כלי צו כבוד, געהייליקט, נוצלעך פאר דעם האר, גרייט צו כלערליי מעשים טובים.
(אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער.
עס גיט אייך אפ שלום די מיטאויסדערוויילטע קהלה אין בבל און מארקוס דער זון מיינער.