Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




ב טימאטעוס בריוו 3:15 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

15 און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




ב טימאטעוס בריוו 3:15
38 Iomraidhean Croise  

יהושע/ישוע אבער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: איר בלאנדזשעט, ווייל איר קענט נישט די כתבי (הקודש), און אויך נישט די קראפט פון ה׳.


ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש.


און דאס קינד איז געוואקסן און איז געווארן שטארק, ווערנדיק פול מיט חכמה, און ה׳ס חן איז געווען אויף אים.


און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים.


און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)?


דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש);


אויב אבער איר גלויבט נישט זיינע שריפטן, וויאזוי זשע וועט איר גלויבן מיינע רייד? (דברים יח, טו.)


אויף אים זאגן אלע נביאים עדות, אז יעדערער, וואס גלויבט אין אים, וועט דורך זיין נאמען באקומען די פארגעבונג פון זינד.


און ווען זיי האבן אויסגעפירט אלץ, וואס שטייט געשריבן וועגן אים, האבן זיי אים אראפגענומען פון דעם בוים און אים אריינגעלייגט אין א קבר.


און ער איז געקומען אויך קיין דערבע און ליסטרא, און זע, דארטן איז געווען א געוויסער תלמיד, מיטן נאמען טימאטעוס, א זון פון א יידישער גלויביק געווארענער פרוי, זיין פאטער אבער איז געווען א גריך;


און לויט זיין געוואוינהייט איז פוילוס אריינגעגאנגען צו זיי, און במשך פון דריי שבתים האט ער זיך מיט זיי מתווכח געווען פון די כתבי (הקודש),


און בשעת ער האט אזוי גערעדט צו זיין פארטיידיקונג, האט פעסטוס געזאגט מיט א הויך קול: פוילוס, דו ביסט אראפ פונם זינען; דאס פילע לערנען דערפירט דיך צו משוגעת.


וועלכע ער האט פון פריער צוגעזאגט דורך זיינע נביאים אין די כתבי הקודש,


איז אבער איצט נתגלה געווארן, און דורך די שריפטן פון די נביאים אויף באפעל פונם אייביקן ג‑ט באקאנט געמאכט צו אלע פעלקער צו דער געהארכזאמקייט פון דער אמונה;


און וועט דער מן-הטבע נישט געמלטער, וואס איז מקיים די תורה, דיך נישט משפטן, וואס האסט דאס אות און די מילה און ביסט עובר די תורה?


ווארום אזויווי אין דער חכמה פון ה׳ האט די וועלט נישט דערקענט ה׳ דורך חכמה, האט ה׳ באוויליקט דורך דער נארישקייט פון דרשענען צו ראטעווען די, וואס גלויבן.


און איר, טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, נאר דערציט זיי אין דעם חינוך און אין דעם מוסר פון דעם האר.


ביז איך וועל קומען, גיב אכטונג אויף דעם לייענען, אויף דעם מוסר זאגן, אויף דער לערנונג.


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע, דורך ה׳ס רצון, לויט דער הבטחה פון דעם לעבן, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע,


ווען איך דערמאן מיך אין דיין אויפריכטיקער אמונה, וואס האט קודם כל געוואוינט אין דיין באבע לואיס און אין דיין מוטער עווניקע, און האב מיך איבערצייגט, אז אויך אין דיר.


ווי אויך אין אלע בריוו, ווען ער רעדט אין זיי דערפון; אין וועלכע עס זענען פאראן אייניקע שווערפארשטענדלעכע זאכן, וואס די אומגעלערנטע און נישט שטאנדהאפטיקע פארדרייען, ווי אויך די איבריקע כתבי (הקודש), צו זייער אייגענער פארדארבונג.


און איך בין אנידערגעפאלן פאר זיינע פיס, זיך צו בוקן צו אים. און ער האט צו מיר געזאגט; גיב אכטונג, טו דאס נישט; איך בין דיינער א מיטקנעכט און פון דיינע ברידער, וואס האבן דאס עדות פון יהושען/ישוען; צו ה׳ זאלסטו דיך בוקן; ווארום דאס עדות פון יהושען/ישוען, דאס איז דער רוח הנבואה.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan