Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




ב טימאטעוס בריוו 2:8 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

8 געדענק יהושע/ישוע המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה;

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




ב טימאטעוס בריוו 2:8
18 Iomraidhean Croise  

דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם.


און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג,


פון דעם דאזיקנס זאמען, לויט א הבטחה, האט ה׳ געברענגט צו ישראל א גואל—יהושע/ישוע (ישעיהו יא, א; זכריה ו, יא-יב; עזרא ג, ב.),


אים האט ה׳ אויפגעוועקט, אויפלויזנדיק די יסורים פון טויט, ווייל עס האט נישט געקענט זיין, אז ער זאל פון אים געהאלטן ווערן.


זייענדיק אבער א נביא און וויסנדיק, אז מיט א שבועה האט ה׳ אים צוגעשוואוירן, צו מאכן זיצן אויף זיין טראן (איינעם) פון דער פרוכט פון זיינע לענדן (תהלים קלב, יא; פט, ד-ה; שמואל ב ז, יב-יג.),


צו אים אבער, וואס קען אייך שטארקן לויט מיין בשורה טובה און דאס דרשענען פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אנטפלעקונג פון דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן אָן,


אינם טאג ווען ה׳ וועט משפטן די פארבארגענע זאכן פון מענטשן, לויט מיין בשורה טובה דורך דעם משיח יהושע/ישוע.


און איך לאז אייך וויסן, ברידער, (נאכאמאל) די גוטע בשורה, וואס איך האב אייך אנגעזאגט, וועלכע איר האט אויך אנגענומען, און אין וועלכער איר שטייט פעסט,


און אז ער איז נקבר געווארן; און אז ער איז אויפגעשטאנען דעם דריטן טאג לויט די כתבי (הקודש); (תהלים טז, י.)


צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע המשיח.


לויט דער בשורה טובה פון הערלעכקייט פון דעם געבענטשטן ג‑ט, וועלכע איז מיר אנפארטרויט געווארן.


פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, און נישט קיין שקר) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.


דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳,


פארשטיי וואס איך זאג; ווארום דער האר וועט דיר געבן חכמה אין יעדער זאך.


און איינער פון די זקנים האט צו מיר געזאגט: וויין נישט; זע, דער לייב פון דעם שבט יהודה (בראשית מט, ט-י.), דער שורש דוד (ישעיהו יא, א, י.), האט מנצח געווען, אויפצועפענען דאס ספר און זיינע זיבן חתימות.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan