Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




ב טימאטעוס בריוו 2:3 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

3 לייד מיט ווי א גוטער זעלנער פונם משיח יהושע/ישוע.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




ב טימאטעוס בריוו 2:3
20 Iomraidhean Croise  

די זעלנער האבן דעריבער גענומען פוילוסן, לויט ווי עס איז זיי באפוילן געווארן, און אים אוועקגעפירט ביינאכט קיין אנטיפאטריס.


זי פארדעקט אלץ; גלויבט אלץ, האפט אלץ; טראגט אלץ איבער.


ווען דינט עס א זעלנער אויף זיינע אייגענע הוצאות? ווער פלאנצט עס א וויינגארטן, און עסט נישט זיין פרוכט? אדער ווער פאשעט א סטאדע, און עסט נישט פון דער מילך פון דער סטאדע?


און ליידן מיר צרות, איז עס פאר אייער טרייסט און ישועה; ווערן מיר געטרייסט, איז עס פאר אייער טרייסט, וואס באווייזט זיך ווירקזאם אין דערטראגן סבלנותדיק די זעלביקע יסורים, וועלכע מיר אליין ליידן אויך;


דאס דאזיקע געבאט לייג איך פאר דיר, מיין זון טימאטעוס, לויט די נבואות, וואס זענען פריער געגאנגען אויף דיר, אז דו זאלסט ראנגלען דורך די דאזיקע דעם גוטן ראנגלעניש,


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע, דורך ה׳ס רצון, לויט דער הבטחה פון דעם לעבן, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע,


דעריבער זאלסטו דיך נישט שעמען מיט דעם עדות זאגן פון אונדזער האר, און אויך נישט מיט מיר, זיין געפאנגענעם; נאר דערטראג די ליידן פאר דער בשורה טובה לויט דער קראפט פון ה׳,


דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד.


פאר וועלכער איך לייד אזש ביז קייטן, ווי א פארברעכער; נאר ה׳ס ווארט איז נישט געבונדן.


מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען.


דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה.


און צו אפפיא אונדזער שוועסטער, און צו ארכיפוסן אונדזער מיטזעלנער, און צו דער קהלה אין דיין הויז:


דערמאנט זיך אבער די ערשטע טעג, אין וועלכע דאס ליכט איז אייך אויפגעגאנגען, דעם ראנגלעניש פון ליידן, וואס איר האט דערטראגן;


דורך אמונה האט ער פארלאזט מצרים, נישט שרעקנדיק זיך פאר דעם קעניגס גרימצארן; ווארום ער האט זיך געשטארקט, ווי ער וואלט געזען אים, וועמעס פנים מען קען נישט זען.


און אזוי, אויסהאלטנדיק געדולדיק, האט ער דערגרייכט די הבטחה.


וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan