Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




ב טימאטעוס בריוו 2:24 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

24 דעם הארס קנעכט אבער זאל זיך נישט קריגן, נאר זיין פריינדלעך לגבי אלעמען, פעאיק צו לערנען (אנדערע), א סבלן,

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




ב טימאטעוס בריוו 2:24
31 Iomraidhean Croise  

ער וועט זיך נישט קריגן, און וועט אויך נישט שרייען; און קיינער וועט נישט הערן זיין קול אויף די גאסן.


די יידן האבן זיך דעריבער געאמפערט איינער מיטן אנדערן, און געזאגט: וויאזוי קען דער דאזיקער אונדז געבן זיין פלייש צו עסן?


און ווען עס איז געווארן א מהומה און נישט קיין קליינע מחלוקה צווישן פוילוסן און בר‑נבאן מיט זיי, האט מען באשלאסן, אז פוילוס און בר‑נבא און אייניקע אנדערע פון זיי זאלן ארויפגיין קיין ירושלים צו די שליחים און זקנים וועגן דער דאזיקער שאלה.


און עס איז געווארן א גרויס געשריי; און עס זענען אויפגעשטאנען אייניקע סופרים פון דעם צד פון די פרושים, און האבן געהאלטן א וויכוח, אזוי צו זאגן: מיר געפינען נישט קיין שום שלעכטס אין דעם דאזיקן מענטשן; און (וואס איז) אויב א גייסט אדער א מלאך האט צו אים גערעדט?


און דעם אנדערן טאג האט ער זיך באוויזן צו זיי, בשעת זיי האבן זיך געקריגט, און האט געוואלט מאכן שלום צווישן זיי, און געזאגט: מענער, איר זענט (דאך) ברידער, פארוואס טוט איר אן עוולה איינער דעם אנדערן?


און איך אליין, פוילוס, בעט אייך דורך דער עניוותדיקייט און באשיידנקייט פון דעם משיח, איך, וואס פנים אל פנים בין א שפל רוח צווישן אייך, פונדערווייטנס אבער מוטיק לגבי אייך:


ווייל די כלי זין פון אונדזער מלחמה זענען נישט פליישלעך, נאר מעכטיק פאר ה׳ צום צעשטערן פעסטונגען.


נאר אין אלעם ווייזן מיר זיך ארויס ווי (כלי קודש) דינער פון ה׳, אין גרויסער סבלנות, אין צרות, אין נויטן, אין יסורים,


די פירות אבער פון דעם גייסט זענען ליבע, שמחה, שלום, סבלנות, פריינדלעכקייט, גוטסקייט, אמונה,


מיט יעדער הכנעה און עניוותדיקייט, מיט סבלנות, דערטראגנדיק איינער דעם אנדערן אין ליבע,


טוט אלץ אָן מורמלען און וויכוחים,


גארנישט טוענדיק דורך צאנקעריי אדער פוסטער גאווה, נאר עניוותדיקערהייט האלטנדיק איינער דעם אנדערן ווי גרעסער פון זיך אליין;


פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן);


(הגם) מיר וואלטן געקענט אויפטרעטן מיט ווערדע ווי שליחים פונם משיח. מיר זענען אבער געווען מילד אין אייער מיט, ווי א זייגערין דערנערנדיק אירע קינדער;


דו אבער, ה׳ס מענטש, אנטרין פון די דאזיקע זאכן, און יאג נאך צדקות, יראת שמים, אמונה, ליבע, סבלנות, ענווה.


פוילוס, א קנעכט פון ה׳ און א שליח פון יהושע/ישוע המשיחן, לויט דער אמונה פון די אויסדערוויילטע פון ה׳, און דער דערקענטעניש פונם אמת, וואס איז לויט יראת שמים,


ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין;


וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.


נישט צו רעדן קיין שלעכטס אויף קיינעמען, נישט צו זיין קריגעריש, נאר באשיידן, ארויסווייזנדיק יעדע עניוותדיקייט צו אלע מענטשן.


יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!


די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.


איר גלוסט, און האט נישט; איר הרגעט און זענט מקנא, און קענט עס נישט דערגרייכן; איר קריגט זיך ארום און האלט מלחמה; איר האט נישט צוליב דעם, וואס איר בעט נישט.


און צום סוף, האט אלע איין מחשבה, האט מיטלייד, זייט ברידערלעך, בארמהערציק, האלט זיך נידעריק;


געליבטע, בשעת איך האב מיך זייער געפלייסט, צו שרייבן צו אייך וועגן אונדזער געמיינזאמער ישועה, האב איך מיך געפילט געדרונגען צו שרייבן צו אייך, מזהיר זייענדיק, אז איר זאלט ראנגלט זיך פאר דער אמונה, וואס איז איינמאל פאר אלעמאל איבערגעגעבן געווארן צו די קדושים.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan