23 אבער נארישע און קינדישע מחלוקת זאלסטו אויסמיידן, וויסנדיק, אז זיי ברענגען ארויס קריגערייען.
און זיך נישט צו פארנעמען מיט לעגענדעס און יחוס בריוו אָן א סוף, וועלכע פירן צו וויכוחים מער ווי צו דערבויאונג פון ה׳ אין דער אמונה; (אזוי זאלסטו טאן.)
נאר די חלל און אלט ווייבערישע לעגענדעס זאלסטו אויסמיידן. איב דיך אבער צו יראת שמים;
דאס ברענג אלע צום זכרון, באשווערנדיק זיי פאר ה׳, זיך נישט צו צאנקען איבער ווערטער, וואס נוצט צו גארנישט, (בלויז) צום פארדארבן די צוהערער.
מייד אבער אויס די אומווירדיקע און פוסטע רייד; ווארום זיי דערפירן נאך צו א סך מער רשעות,
נארישע מחלוקת אבער און יחוס בריוו און צאנקעריי און קריגערייען וועגן דער תורה זאלסטו אויסמיידן, ווייל זיי זענען אומנוצלעך און פוסט.
פונוואנען זשע זענען מלחמות און פונוואנען זענען קריגערייען ביי אייך? צי דען נישט פונדאנען, פון אייערע תאוות, וואס ראנגלען זיך אין די אברים אייערע?