ב טימאטעוס בריוו 1:5 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה
5 ווען איך דערמאן מיך אין דיין אויפריכטיקער אמונה, וואס האט קודם כל געוואוינט אין דיין באבע לואיס און אין דיין מוטער עווניקע, און האב מיך איבערצייגט, אז אויך אין דיר.
ווארום וועגן די דאזיקע זאכן, ווייסט דער קעניג, צו וועמען איך רעד אויך מיט דרייסטקייט; ווארום איך בין בטוח, אז פון די דאזיקע זאכן איז אים גארנישט פארהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געווארן אין א (געהיים) ווינקל.
אויב דו וועסט פארלייגן די דאזיקע זאכן פאר די ברידער, וועסטו זיין א גוטער משרת פון דעם משיח יהושע/ישוע, דערצויגן אין די ווערטער פון דער אמונה און פון דער גוטער לערנונג, וועלכער דו האסט שוין נאכגעפאלגט;
צוליב דער סיבה לייד איך טאקע די דאזיקע זאכן; דאך שעם איך מיך נישט; ווארום איך ווייס אין וועמען איך האב געגלויבט, און האב מיך איבערצייגט, אז ער איז אימשטאנד אפצוהיטן מיין פקדון ביז צו יענעם טאג.