Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




ב טימאטעוס בריוו 1:13 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

13 האלט דיך ביים פארבילד פון געזונטע ווערטער, וועלכע דו האסט געהערט פון מיר, אין גלויבן און אין ליבע, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




ב טימאטעוס בריוו 1:13
30 Iomraidhean Croise  

א דערציער פאר די אומזיניקע, א דרדקי-מלמד, האבנדיק די פארם פון וויסן און פון אמת אין דער תורה;


אבער געלויבט זיי ה׳, אז איר וואס זענט געווען קנעכט פון דער זינד, זענט געווארן געהארכזאם פונם הארצן צו דעם פארבילד פון דער לערנונג, וואס איז אייך איבערגעגעבן געווארן;


נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה,


די זאכן, וועלכע איר האט געלערנט און אנגענומען און געהערט און געזען אין מיר, די דאזיקע זאלט איר טאן: און דער ג‑ט פון שלום וועט זיין מיט אייך.


ווייל מיר האבן געהערט פון אייער אמונה אין דעם משיח יהושע/ישוע און פון דער ליבע, וואס איר האט צו אלע הייליקע,


פרובירט אלץ אויס, האלט פעסט דאס גוטע;


פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג;


און דער חסד פון אונדזער האר האט זיך זייער פיל געמערט (אין מיר) מיט אמונה און ליבע, וואס איז אין דעם משיח יהושע/ישוע.


אויב עמיצער לערנט אנדערש און שטימט נישט איין מיט געזונטע ווערטער, די (ווערטער) פון דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע המשיח, און דער לערנונג, וועלכע איז לויט יראת שמים,


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע, דורך ה׳ס רצון, לויט דער הבטחה פון דעם לעבן, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע,


היט אפ דעם גוטן פקדון דורך דעם רוח הקודש, וועלכער וואוינט אין אונדז.


און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע.


דו אבער בלייב אין דעם, וואס דו האסט געלערנט, און וואס איז דיר אנפארטרויט געווארן, וויסנדיק פון וועמען דו האסט עס געלערנט,


ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן;


וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.


דו אבער רעד וואס עס פאסט פאר דער געזונטער לערנונג.


א געזונט ווארט, וואס קען נישט באשולדיקט ווערן; כדי דער קעגנער זאל זיך פארשעמען, נישט האבנדיק קיין שום שלעכטס צו זאגן פון אונדז.


לאמיר האלטן פעסט, אָן צאנקעניק, די אמונה פון דער האפענונג; ווייל געטריי איז דער, וואס האט צוגעזאגט;


אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפענונג ביז צום סוף.


דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז דורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין.


געליבטע, בשעת איך האב מיך זייער געפלייסט, צו שרייבן צו אייך וועגן אונדזער געמיינזאמער ישועה, האב איך מיך געפילט געדרונגען צו שרייבן צו אייך, מזהיר זייענדיק, אז איר זאלט ראנגלט זיך פאר דער אמונה, וואס איז איינמאל פאר אלעמאל איבערגעגעבן געווארן צו די קדושים.


דאך וואס איר האט, דאס האלט פעסט ביז איך וועל קומען.


איך קום גיך; האלט פעסט, וואס דו האסט, כדי קיינער זאל נישט אוועקנעמען דיין קרוין.


געדענק זשע וויאזוי דו האסט מקבל געווען און געהערט, און היט עס אפ, און טו תשובה. אויב דעריבער דו וועסט נישט וואכן, וועל איך קומען, ווי א גנב, און דו וועסט נישט וויסן, אין וועלכער שעה איך וועל קומען איבער דיר.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan