Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




ב טימאטעוס בריוו 1:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע, דורך ה׳ס רצון, לויט דער הבטחה פון דעם לעבן, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע,

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




ב טימאטעוס בריוו 1:1
29 Iomraidhean Croise  

און איך גיב זיי אייביק לעבן: און זיי וועלן קיינמאל נישט פארלוירן ווערן, און קיינער וועט זיי נישט ארויסרייסן פון מיינע הענט.


און דאס איז דאס אייביקע לעבן, אז זיי זאלן דיך קענען, דעם איינציק אמתן ג‑ט, און יהושע/ישוע המשיחן, וועמען דו האסט געשיקט.


באמת, באמת זאג איך אייך: ווער עס הערט מיין ווארט, און גלויבט אין אים, וואס האט מיך געשיקט, דער האט אייביק לעבן, און קומט נישט צום משפט, נאר איז שוין אריבער פון טויט אין לעבן אריין.


ווארום דאס דאזיקע איז מיין פאטערס רצון, אז יעדער איינער, וואס זעט דעם זון און גלויבט אין אים, זאל האבן אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


ווער עס עסט מיין פלייש און טרינקט מיין בלוט, דער האט אייביק לעבן; און איך וועל אים אויפשטעלן אין דעם לעצטן טאג.


פוילוס, א קנעכט פון יהושע/ישוע המשיחן, בארופן צו זיין א שליח, אפגעשיידט פאר דער בשורה טובה פון ה׳,


כדי, ווי די זינד האט געהערשט אינם טויט, אזוי זאל דער חסד הערשן דורך צדקות צום אייביקן לעבן דורך יהושען/ישוען דעם משיח אונדזער האר.


ווארום דער שכר פון זינד איז דער טויט, אבער דאס אייביקע לעבן איז ה׳ס מתנה אינם משיח יהושע/ישוע אונדזער האר.


פוילוס, בארופן צו זיין א שליח פון יהושע/ישוע המשיח, דורך ה׳ס רצון, און סאסטענעס, דער ברודער,


פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס, דער ברודער, צו דער קהלה פון ה׳, וועלכע געפינט זיך אין קארינט, צוזאמען מיט אלע הייליקע, וואס זענען אין גאנץ אכאיא:


ווארום וויפל הבטחות פון ה׳ עס איז פאראן, אין אים איז דאס יא; דערפאר איז אויך דורך אים דער אמן, צו ה׳ס כבוד דורך אונדז.


ווארום אלע זענט איר ה׳ס קינדער דורך אמונה אין יהושע/ישוע המשיחן.


עס גיבט מער נישט ייד נישט גריך, עס גיבט מער נישט קנעכט נישט פרייער (מענטש), עס גיבט מער נישט זכר און נקבה; ווארום אלע זענט איר איינס אינם משיח יהושע/ישוע.


אז די אומות (העולם) זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע דורך דער בשורה טובה,


אנזאמלענדיק זיך אן אוצר ווי א גוטן יסוד אויף לעתיד לבוא, כדי זיי זאלן דערלאנגען דאס אמתע לעבן.


און איז איצט אנטפלעקט געווארן דורך דער דערשיינונג פון אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע, וועלכער האט צונישט געמאכט דעם טויט און געברענגט צום ליכט דאס לעבן און די אומפארדארבלעכקייט דורך דער בשורה טובה,


האלט דיך ביים פארבילד פון געזונטע ווערטער, וועלכע דו האסט געהערט פון מיר, אין גלויבן און אין ליבע, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


וועלכער האט אונדז געראטעוועט און גערופן מיט א הייליקן רוף, נישט לויט אונדזערע מעשים, נאר לויט זיין אייגענער עצה און חסד, וואס איז אונדז געשענקט געווארן אינם משיח יהושע/ישוע פאר אייביקע צייטן,


דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע מיט אייביקן כבוד.


לייד מיט ווי א גוטער זעלנער פונם משיח יהושע/ישוע.


און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע.


אין דער האפענונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן,


צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע אונדזער רעטער.


און צוליב דעם איז ער דער פארמיטלער פון דעם נייעם בונד, כדי נאכדעם ווי זיין טויט איז געווארן פאר אן אויסלייזונג פון די עבירות, וואס זענען אונטער דעם ערשטן בונד, זאלן די גערופענע באקומען די אייביקע ירושה.


און דאס דאזיקע איז די הבטחה, וועלכע ער האט אונדז צוגעזאגט: דאס אייביקע לעבן.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan