11 די יונגערע אלמנות אבער זאלסטו נישט אננעמען; ווארום ווען זיי לעבן אין פארגעניגנס קעגן דעם משיח, ווילן זיי חתונה האבן;
פארווערנדיק חתונה צו האבן, און (באפעלנדיק) מען זאל זיך צוריקהאלטן פון (געוויסע) מאכלים, וועלכע ה׳ האט באשאפן צום געניסן מיט דאנק פאר די מאמינים און וואס האבן דערקענט דעם אמת.
זיי פארדינען א משפט, ווייל זיי האבן פארווארפן זייער ערשטן גלויבן.
איך וויל דעריבער, אז די יונגע זאלן חתונה האבן, געבוירן קינדער, פירן א הויז, און נישט געבן דעם קעגנער קיין שום געלעגנהייט צו לעסטערן;
אלס אן אלמנה זאל פאררעכנט ווערן די, וואס איז נישט ווייניקער ווי זעכציק יאר אלט, דאס ווייב פון איין מאן,
איר האט געלעבט אין תענוגים אויף דער ערד און זיך אנגעטאן פארגעניגנס; איר האט געפאשעט אייערע הערצער ווי אינם טאג פון דער שחיטה.
ווארום רעדנדיק שטאלצע רייד אָן א זין, לאקן זיי מיט די תאוות פון דעם לייב דורך צעלאזנקייט די יעניקע, וואס זענען קוים אנטרונען פון די, וועלכע לעבן אין טעות;
מחמת פון דעם צארנוויין פון איר זנות זענען געפאלן אלע פעלקער; און אלע מלכים פון דער ערד האבן מזנה געווען מיט איר, און פון דער שפע פון אירע תענוגים זענען די סוחרים פון דער ערד רייך געווארן.
אויף וויפל זי האט זיך פארהערלעכט און געלאזט וואוילגיין, אויף אזויפיל זאלט איר איר געבן ליידן און פיין; ווייל אין איר הארץ זאגט זי: איך זיץ א מלכה, און בין נישט קיין אלמנה, און טרויער וועל איך אויף קיין פאל נישט זען.
און וויינען און קלאגן וועלן איבער איר די מלכים פון דער ערד, וועלכע האבן מיט איר מזנה געווען און זיך געלאזט וואוילגיין, ווען זיי וועלן קוקן אויף דעם רויך פון איר פייער;