Biblia Todo Logo
Bìoball air-loidhne

- Sanasan -




א טימאטעוס בריוו 5:1 - דער ארטאדאקסישע יידישער ברית חדשה

1 אויף א זקן זאלסטו דיך נישט בייזערן, נאר זיי אים מזהיר, ווי א פאטער; די יונגערע (מענער), ווי ברידער;

Faic an caibideil Dèan lethbhreac




א טימאטעוס בריוו 5:1
26 Iomraidhean Croise  

איר אבער זאלט זיך נישט רופן רבי, מחמת איינער איז אייער רבי, און איר אלע זענט ברידער.


און אויסדערוויילנדיק פאר זיי זקנים אין יעדער קהילה, און תפילה טוענדיק מיט פאסטן, האבן זיי זיי איבערגעלאזט אויף דעם באראט פון דעם האר, אין וועמען זיי האבן געגלויבט.


אנקומענדיק אבער קיין ירושלים, זענען זיי אויפגענומען געווארן פון דער קהלה און די שליחים און די זקנים, און האבן דערציילט אלץ, וואס ה׳ האט מיט זיי געטאן.


און די שליחים און די זקנים זענען זיך צוזאמענגעקומען, אריינצוקוקן אין דעם דאזיקן ענין.


און פון מילעטוס האט ער געשיקט קיין עפעזוס, און געלאזט רופן די זקנים פון דער קהלה.


גיט אפ יעדן איינעם דאס, וואס איר זענט מחייב: שטייער, צו וועמען שטייער געהערט, צאל, צו וועמען צאל געהערט, מורא דעם, וועמען מורא געהערט, כבוד, צו וועמען כבוד געהערט.


ברידער, ווען אפילו א מענטש ווערט געכאפט אין עפעס אן עבירה, זאלט איר, די אנשי הרוח, אזעלכן ווידער אויפשטעלן אין א גייסט פון ענווה; אכטונג געבנדיק אויף דיר אליין, טאמער וועסטו אויך קומען צו א נסיון.


די זקנים, וועלכע הערשן גוט, זאלן באטראכט ווערן ווי ראוי א טאפלטן כבוד, איבערהויפט די, וועלכע באמיען זיך אין ווארט און אין דער לערנונג.


אלטע פרויען, ווי מוטערס; די יונגערע, ווי שוועסטערס, אין פולער לויטערקייט.


אז זקנים זאלן זיין ניכטער, אויפריכטיק, פארשטענדיק, געזונט אין דער אמונה, אין ליבע, אין סבלנות.


דעסגלייכן זאלסטו מזהיר זיין די יונגעלייט, אז זיי זאלן זיין פארשטענדיק מיט שליטה איבער זיך;


די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש.


איז עמיצער שלאף ביי אייך? זאל ער לאזן רופן צו זיך די זקנים פון דער קהלה; און זאלן זיי תפילה טאן איבער אים, זאלבנדיק אים מיט אייל אין דעם נאמען פון דעם האר;


די זקנים דעריבער צווישן אייך בין איך מזהיר, וואס איך בין אויך א זקן און אן עדות פון דעם משיחס ליידן, ווי אויך אן אנטיילנעמער אין דעם כבוד, וואס דארף אנטפלעקט ווערן:


דער זקן צו דער אויסדערוויילטער הארינטע און צו אירע קינדער, וועלכע איך האב באמת ליב; און נישט בלויז איך אליין, נאר אויך אלע, וואס האבן דערקענט דעם אמת;


דער זקן צו גאיוסן דעם געליבטן, וועמען איך האב באמת ליב.


און ארום און ארום דעם כסא הכבוד זענען געווען פיראונצוואנציק טראנען; און אויף די טראנען האב איך געזען פיראונצוואנציק זקנים זיצן, אנגעטאן אין ווייסע קליידער (קיטל); און אויף זייערע קעפ גאלדענע קרוינען.


Lean sinn:

Sanasan


Sanasan